רבי ישכר דוב בידערמאן
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
פאראמעטער [ מקום קבורה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| געבורט |
י' כסלו ה'תש"ב ירושלים | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| פטירה |
י"ד שבט ה'תשפ"ו (אלט: 84) ירושלים | ||||
| טעטיגקייט אָרט | ירושלים | ||||
| וואוין ארט | ירושלים | ||||
| השכלה | ישיבת לעלוב, ישיבת חידושי הרי"ם | ||||
| רבי'ס | זיין טאטע, רבי גד'ל אייזנער | ||||
| דינאסטיע | לעלוב | ||||
| טאטע | רבי משה מרדכי בידערמאן | ||||
| |||||
רבי ישכר דוב בידערמאן (י' כסלו ה'תש"ב - י"ד שבט ה'תשפ"ו) איז געווען דער לעלובער רבי, אין זיין בית מדרש אויף דער בר-אילן גאס אין ירושלים. ער איז אויך געווען באקאנט אלס רבי פון "לעלוב פיעטריקאוו" און "מהרי"ד מלעלוב".
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן י' כסלו תש"ב אין די בתי ווארשע אין ירושלים אלס זעקסטע קינד צו זיין טאטן, רבי משה מרדכי בידערמאן, דער בעל ברכת משה, און עטיל, טאכטער פון רבי אברהם שווארץ, רב פון פשעמישל אין גאליציע.
ביי זיין ברית האט מען אים א נאמען געגעבן ישכר דוב נאך רבי ישכר דוב רוקח פון בעלזא.
ווען ער איז געווען איין יאר אלט, האט זיין טאטע זיך געצויגן קיין תל אביב וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף.
אלס קינד האט ער געלערט אין תלמוד תורה פון חב"ד אין תל אביב און אלס בחור אין לעלובער ישיבה בנשיאות פון זיין טאטן, אין תל אביב, וואו האט ער געלערנט בחברותא מיט זיין עלטערן ברודער רבי פנחס יצחק[1], און דערנאך אין ישיבת חידושי הרי"ם פון גער אין תל אביב, דארט איז ער נתקרב געווארן צו רבי גד'ל אייזנער.
בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט חוה דאכא, טאכטער פון רבי משה זאב פריעדמאן, רב אין יפו און מחבר פון ספר 'קרבן משה'. זי איז נפטר געווארן אין א שריפה אין זייער שטוב אין א יונגער עלטער, איבערלאזענדיג איין קינד, און דער רבי אליין איז געראטעוועט געווארן מיט ניסים.
בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט ברכה, טאכטער פון רבי יעקב קרישבסקי פון ירושלים (זי איז נפטר געווארן אין חשון תשפ"א). נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים וואו בנוסף צו זיינע לימודים האט ער עוסק געווען פאר זיין פרנסה מיט שרייבן ספרי תורה[1].
נאך זיין טאטנ'ס פטירה האט ער מקבל מרות געווען פון זיין עלטסטן ברודער רבי אברהם שלמה פון לעלוב, און האט אויך געדינט אלס בעל תוקע אין זיין בית מדרש. ער איז אויך נאנט געווען מיט זיין ברודער רבי שמעון נתן נטע, און האט זיך פיל מאל באטייליגט ביי זיינע טישן און אנדערע געלעגנהייטן[1].
ער איז נפטר געווארן י"ד שבט ה'תשפ"ו אין עלטער פון 84 יאר, אויף א פלוצימ'דיגן אופן, פארטאגס נאכ'ן גיין אין מקוה.
ער איז געברענגט געווארן לקבורה אויפ'ן הר הזיתים.
רבי'סטעווע
ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן, האט מען אויפגענומען צוויי פון זיינע ברידער אלס לעלובער רבי'ס, זיין עלטסטער ברודער רבי אברהם שלמה און רבי שמעון נתן נטע. עטליכע יאר שפעטער האט מען אויך מכתיר געווען זיין ברודער רבי אלטר.
ווען רבי אברהם שלמה איז נפטר געווארן האט מען מכתיר געווען רבי ישכר דוב אלס לעלוב-פיעטריקאווער רבי און זיין ברודער רבי פנחס אלס דער לעלוב-ניקלשבורגער רבי.
ער האט אנגעפירט מיט זיין בית המדרש קהל קדושת מרדכי און הויף אויף דער בר אילן גאס אין ירושלים.
משפחה
- זיין ברודער רבי אברהם שלמה, לעלובער רבי (נפטר געווארן ט"ז שבט ה'תש"ס)
- זיין ברודער רבי שמעון נתן נטע, לעלובער רבי (נפטר געווארן י' תשרי ה'תש"ע)
- זיין ברודער רבי דוד צבי ישראל
- זיין ברודער רבי אלטער אלעזר מנחם, לעלובער רבי (נפטר געווארן י"ד טבת ה'תשס"א)
- זיין ברודער רבי פינחס יצחק, לעלוב-ניקלשבורגער רבי
- זיין ברודער רבי שמואל שמעלקא
- זיין שוועסטער מרת שרה חנה בלומא (תרפ"ד - כ"ד אב תשע"ח), ווייב פון ר' שמואל עוזר קאפ
- זיין שוועסטער מרת רבקה, ווייב פון ר' חיים אליעזר האראנטשיק
- זיין שוועסטער מרת נחמה רוחמה, ווייב פון רבי שמואל צבי ראזנפעלד, לעלוב-קארלינער רבי אין בני ברק (ער איז נפטר געווארן ט"ו תשרי ה'תש"ע)
רעפערענצן
- באריכט אויף בחצרות הקודש
- באריכט איבער דער פטירה אויף JDN
- באריכט אויף בחדרי חרדים