הרב יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם ער איז געבוירן אין שנת תשכ"ז ער פירט זיך ווי א חסידישע רבי אין קבלהדיגע פירערשאפט ער איז געבוירן צי זיין טאטע מנחם אין זיין מאמע סימא מארגנשטערן גור'ע חסדים איינקלעך פון ר' שמעון סופר , אין די סטעמפארד היל געגנט אין לאנדאן. אלטס קינד האט ער שוין אנגעהויבן צי לערנען (קבלה) פנימיות התורה . אלטס בחור האט ער געלערנט אין ישיבה לוצערן אין גייטסהעד. ביי די 18 האט ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרב יוסף לובנסיקי פון אנטווערפן בעלגיע האדמו"ר מחנטשין אין זיך אריבערגעצויגן קיין אנטווערפן צי וואוינען אין נאכדעם האט ער געמאפט קיין ירושלים. ער האט זיך געדרייט אין מקבל געווען ביי זייער אסאך ערליכע אידן צווישן זיי הרב ניסן דוד קיוואק מברסלב און רבי יעקב לייזר האדמו"ר מפשעווארסק,און זיין רבו מובהק וואס האט עם מקרב געווען צו תורת חבד הרב צבי הירש רוזנבוים האדמו"ר מקרעטשניף זצל אזוי אויך האט ער געלערנט קבלה ביי הרב יצחק כדורי, אין הרב דוד בצרי אין הרב דוב קוק מטבריה. אין אויך ר' עקיבא ראבינאוויטש זצ''ל האדמו''ר מפארסוב . ער האט אויך געלערנט ציזאמען מיט הרב אליעזר צבי סאפרין מקאמארנא האדמו"ר מקאמארנא בית שמש.


אום תשנ''ה האט ער אנגעהויבן פירן שלש סעודות אין די סאטמארער בית מדרש אין ירושלים און עזרת תורה געגנט . אין יאר תשס''ב האט ער געפענט זיין בית מדרש אויף רחוב אהלי יוסף 18 אין ירושלים ווי דאס בית מדרש געפונט זיך נאך היינטיגע טעג מיטן נאמען תורת חכם על שם די קבהליסטשע ספר תורת חכם פון רבי חיים די לה חוזה