דרעפט:ליפא שמעלצער

פון המכלול
ווערסיע פון 23:22, 2 מערץ 2025 דורך רושם רשימות (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד, אויף אנצוהייבן...)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש



ליפא שמעלצער

אלעזר ליפא שמעלצער (געבוירן ח' אדר ב' ה'תשל"ח, 17טן מערץ 1978) איז אן אמעריקאנער זינגער, מאדעל, גראמער, און קאמפאזיטאר. ער ווערט פאררעכענט אלס פון די מערסט פאפולערע זינגערס אין די חסידישע מוזיקאלישע וועלט, און אין די מאדערן-אידישער וועלט.

ער האט ארויסגעגעבן צענדליגער אלבומס, און האט אויפגעטרעטן אין פאפולערע אויפטריטן. ער איז אויסגעשטאנען קריטיק איבער זיין אריינברענגען מאדערנע מוזיק-סטילס אינערהאלב חסידישע מוזיק.


ביאגראפיע

ליפא איז אויפגעוואקסן אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן. אין א קינדער געבענטשטע שטוב, זייענדיג איינס-בעפאר-דער-יונגסטער קינד פון 12. זיינע עלטערן זענען געווען קריגס איבערלעבער, זיין פאטער ר' ראובן שמעלצער האט איבערגעלעבט דעם צווייטן וועלט מלחמה אלס יתומ'ל פון 13 יאר, דורכ'ן קאסטנער-צוג וואס האט אים געפירט קיין בערגן בעלזן און פון דארט צו די שווייץ. אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי'ן אין קרית אתא, וואו ער איז געווארן א הויז בחור, און די רעכטע האנט פונעם רב. ביז היינט איז ליפא שטארק פארערט אין מאקאווע, און פאר פארדאנקט זיין הצלחה אין א ברכה פון מאקעווער רבי ביים אנהויב פון זיין קאריערע.

אום ה' אלול ה'תשנ"ח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא צו מרים, פון וועם ער האט געהאט 4 קינדער. זיי האבן דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו. נאך שווערע קריטיק פון סקווירא קהילה צוליב זיינע אויפטריטן וואס זענען לויט זיי נישט געווען אין איינקלאנג מיט די חסידישע אטמאספערע האבן זיי זיך אוועקגעצויגן קיין עירמאנט, דארט האט ער געבויט א שול. מיט די יארן האט ער זיך דערווייטערט פון די חרדישע געמיינדעס, ער פלעגט זיך לאזן הערן איבער דעם אויף דער אינטערנעט, און ער האט געשיקט זיינע קינדער צו מאדערן ארטאדאקס מוסדות.

אין יאר 2018 האט ער ערהאלטן א צווייטער שטאפל דעגרי אין פסיכילאגיע פון קאלאמביע אוניווערזיטעט. אין יענעם יאר איז אדורך פערזענליכע שוועריגקייטן, צווישן אנדערן האט ער אפגע'גט זיין ווייב, און ער האט געשטעלט זיין הויז און שול צום פארקויפן[1]. יענע תקופה איז אויך זיין פאטער נפטר געווארן, דאס האט אים געברענגט צו מאכן א פולקאמע צוריקדריי, און זיך צוריקגעקערט צום חסידישן לעבנסשטייגער און לבוש. און ער האט אנגעהויבן פארשפרייטן מעסעדזשעס איבער זיין שווערע פארגאנגענהייט און די היילונג פראצעדורן וואס ער גייט אדורך.

מוזיקאלישע זשערני

זייענדיג צען יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס. ער האט געזינגען אויף דעם אלבום 'שופר של משיח' ארויסגעגעבן דורך זיין ברודער זושא שמעלצער, און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע. מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגענעם וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פיל מוזיק קריטיקער.

ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר'ן סקווירער הויף, כמעט ביי יעדן טיש פונעם סקווירער רבי שליט"א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלאדיעס. אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס 'בדחנא דמלכא' ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות'ן פון דעם רבין'ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א"י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט, האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. און דעמאלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינעם און לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער: "אב הרחמן שמע קולינו" און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות.

ביוני 2012 הוציא קליפ לשיר "Hang Up The Phone"[5] מהאלבום "אמונה", ובו הוא מופיע מחופש לרובוט. אין דעצעמבער 2015 האט ליפא געזונגען אין דער יערליכער ווייסע הויז חנוכה מסיבה, און צוגעזאגט פרעזידענט באראק אבאמא א געשאנק, א גאלדענע און זילבערנע יארמולקע. אין מאי 2016 איז שמעלצער געפארן קיין וואשינגטאן די.סי. און איבערגעגעבן פאר אבאמא די צוגעזאגטע געשאנק פון א גאלדענע און זילבערנע יארמולקע.

אין דעצעמבער 2016, האט שמעלצער געזינגען "גאט בענטש אמעריקע" ( א יידישע ווערסיע פון "God Bless America") אין ברוקלין בארא זאל ביי דער איינשווערונג פון ניו יארק ציווילער ריכטער רחל פרייער, די ערשטע חסידישע פרוי צו ווערן דערוויילט א ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן.[2]

ער האט זיך שמעלצער ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.

קריטיק

ליפא שמעלצער האט זיך ערווארבן אלס איינער פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוט. ליפא האט דורכאויס די יארן געהאט די זכיה צו זינגען און מהנה זיין און האבן א קשר מיט גדולי הרבנים און אדמורי"ם, א שטייגער ווי: הרב רבי יוסף שלום אלישיב, הרב רבי עובדיה יוסף, דער טאהשער רבי, און רבי אברהם יוסף ראזענבלום, מיט וועם ליפא פלעגט לערנען בחברותא א לענגערע צייט.

אבער נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אוועקבייגן זיין קאריערע צו אנדערע צילן, האט ער פארלוירן טויזענטער אנהענגער בעיקר פונעם פרומען חסידישן עולם. הוא ספג ביקורת על החדרת סגנונות מוזיקליים מודרניים ו'תכנים שלילים' לקהילה החסידית והחרדית. הוא החל לשיר בסגנונות מוזיקליים מגוונים, אך בעיקר פופ. כמקובל בענף, עיקר מילות השירים מן המקורות, עם תוספות ביידיש, בעברית או באנגלית. הופעותיו באותה תקופה היו תיאטרליות והופיע בתלבושות ססגוניות. במרץ 2009 (ניסן תשס"ט) הופיע במדיסון סקוור גארדן במופע גדול במיוחד שעורר התנגדות של רבנים חסידיים בארצות הברית. הדבר גרם לאחר מכן לביטול אירועים שאליהם הוזמן. באוגוסט 2012 הצטלם בקליפ עם חיילי הנח"ל החרדי כשהוא במדי צה"ל לשיר "מזרח מזרח"[6]. בדצמבר 2012 הוציא קליפ לחנוכה ובו שולבו צילומי נשים[7].

אין זוממער תשע"ח, האט ליפא פלוצלונג אנגעהויבן ווייזן סימנים אז ער דרייט צוריק דעם זייגער און וויל זיך צוריקקערן צו דער היימישער וועלט. שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק, וואס דאס האט צוגעברענגט אז ער זאל גענצליך אפלאזן דעם חסידישן לעבענס שטייגער.

יעדן טאג וואס איז פארביי איז שמעלצער געווארן קעלטער צום פרומען לעבן, און ער האט זיך געטוישט לבוש, און פארשפרייט זיינע השפעות אויף דער אינטערנעט, און גערעדט אסאך קעגן דער חרדיש'ער סיסטעם.

ביז חודש אב תשע"ח, ווען פון איין טאג צום צווייטן האט זיך שמעלצער צוריק געטוישט, און אויפגעהערט ארומשיקן זיין שני וחמישי ווידעאס, און צוריק אנגעטוהן דעם חסידישן לבוש, צו די פרייד פון זיינע צענדעליגער טויזענטער אנהענגער פון דער חרדישער וועלט.


אלבומס

  • נאר בשמחה (1999)
  • שמע (2000)
  • לטובה (2001)
  • למרנן (ניגוני סקווירא)
  • ליפא בדרך (2003)
  • לעילא ולעילא (2004)
  • פראיעקט x
  • בלי עין הרע (קעניינעהארע) (2005)
  • לקרוא את ההלל (2007)
  • נעקסט פראיעקט x
  • א פשוטער יוד (2008)
  • נאנ-סטאפ (2009)
  • מעומקא דליפא (2010)
  • 24/6 (2011)
  • לייבי לנצח
  • מקור חכמה (סינגל)
  • אמונה (2012)
  • דאס פינטעלע איד (2013)
  • בי פאזעטיוו (2015)
  • געוואלדיג (2020)
  • בבליפא (2022)
  • רצועות (2022)
  • יום טוב ליפא (2023)
  • אלעזר ליפא'לע (2024)


דרויסנדיגע לינקס


רעפערענצן

  1. איציק אוחנה, ‏ליפא שמלצר מכר את בית הכנסת שלו: "יותר חסידי" , באתר כיכר השבת, 10 בפברואר 2020.
  2. Ghert-Zand, Renee (‏22טן דעצעמבער 2016). "First Hasidic woman judge sworn in with Yiddish song". The Times of Israel. Retrieved ‏26טן דעצעמבער 2016 {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)