דער אפגאנער סידור אויף אויסשטעלונג אין דער מוזעאום פון דער ביבל.

דער אפגאנער סידור (אויך באקאנט ווי דער אפגאנישער ליטורגישער קווייער, Afghan Liturgical Quire) איז א מאנוסקריפט פון דער אפגאנער גניזה אין באַמיאַן, אפגאניסטאן. עס ווערט פאררעכנט ווי דאס עלטסטער אידישער ספר אין א בוך-פארמאט וואס איז היינט באקאנט. דער קליינער כתב-יד, בערך פינף ביי פינף אינטשעס (12 ביי 12 צענטימעטער) גרויס, אנטהאלט לשון-קודש ליטורגישע טעקסטן, אריינגערעכנט תפילות פאר שבת, פיוטים פאר סוכות, און א טייל פון דער הגדה של פסח, וואס איז מיסטעריעז געשריבן געווארן פארקערט (קאָפּ־אראפּ). דאס העפט איז געשריבן געווארן אין לשון הקודש, אראמיש און אידיש-פּערסיש. דאס כתב-יד איז היינט א טייל פון דער זאמלונג אין דער מוזעאום פון דער ביבל אין וואשינגטאן, די-סי.

היסטאריע

דער סידור איז געפונען געווארן דורך א מאן פון דער האַזאַראַ־מינאריטעט, וואס האט עס געגעבן צו א לאקאלן אפגאנער פירער קאַרים כאַלילי. כאלילי האט דאס דערקענט אלס הייליג און דאס איינגעוויקלט אין א טוך און אריינגעלייגט אין א ספּעציעל געמאכטער הילצערנער קאסטן[1].

דער וועג ווי דאס כתב-יד האָט פארלאזט אפגאניסטאן איז אומבאקאנט. מ'גלייבט אז עס איז מסתמא ארויסגעשמוגלט געווארן נאך דעם ווי די טאליבאן האט איבערגענומען באמיאן אין סוף 1998. עס זענען געווען פארשידענע פארזוכן צו פארקויפן דאס כתב-יד אין די פאראייניגטע שטאטן און אייראפּע צווישן 1998 און 2001, ביז עס איז "אומבאקאנט" פארקויפט געווארן אין לאנדאן אין הערבסט 2001 צו א פּריוואטן זאמלער, וועלכער האט עס געהאלטן מער ווי צען יאר.

אין 2013 איז דאס כתב-יד געקויפט געווארן דורך סטיוו גרין פון אקלאהאמע, דער פּרעזידענט פון האבי לאבי און אייגנטומער פון א ריזן קאלעקציע פון זעלטענע תנ"ך טעקסטן און ארטיקלען[2]. עס איז דאן דאטירט געווארן דורך געלערנטע און קארבאן-14 טעסטן צו ארום 840 (ד'ת"ק) למס'לוא־פעלער: (בקריאה ל[[מוסטער::הערה]]) תוכן כפול: Green Scholars Discover World’s Oldest Jewish Prayer Book וגם 2= Museum of the Bible.. מ'האט אריגינעל געמיינט אז דאס כתב-יד קומט פון דער קאַירער גניזה אין מצרים.

גרין האט עס שפּעטער געשאנקן צו זיין ניי-געגרינדעטער 'מוזעום פון דער ביבל', וואס האט זיך געעפנט אין 2017. אין 2016 האט הערשל העפלער, א קוראַטאָר אינעם מוזעאום, דערקענט א פאטאגראפיע פון דעם בוך אין אפגאניסטאן פון 1997 אין אַן ארטיקל אין "טאבלעט" זשורנאל וועגן אידישע כתבי־יד וואס ווערן ארויסגעשמוגלט פון אפגאניסטאן. די אנטדעקונג האט געפירט צו ראַדיאָמעטרישע דאַטירונג־טעסטן אויף פיר טיילן פון דעם כתב-יד, וועלכע זענען דאטירט געווארן אין 2019 צו בערך ד'תק"מ (780 למס'), אין די צייט פון די גאוני בבל. די דאטירונג האט באשטעטיגט אז דאס איז דער עלטסטער באקאנטער העברעאישער קאָדעקס (דאס הייסט, א בוך מיט געבונדענע בלעטער)[3].

אינהאלט און באדייט

דער אפגאנער סידור ווערט גערעכנט ווי דער עלטסטער באקאנטער אידישער ספר. פאר פארשער פון אידישע ספרים האט די אנטדעקונג געבראכט די פריסטע באווייזן פון א געבונדענעם אידישן ספר. עס זענען שוין פון פריער געווען באקאנט עלטערע אידישע כתבים, אבער זיי זענען אלע אויף מגילות, א שטייגער ווי די מגילות ים המלח.

דער ספר פון 50 זייטן, געשריבן אויף חיה-הויט פּארמעט אין זיין אריגינעל בינדונג, אנטהאלט טעקסטן וואס זענען ווארשיינליך געשריבן געווארן פאר דער צייט פון רב עמרם גאון, וועלכער האט מחבר געווען א "סדר תפילות של כל השנה" אין מיטן די 800ער יארן. עס איז איינגעטיילט אין זעקס פרקים, אריינגערעכנט שחרית, א חלק פון הגדה של פסח, וואס איז מיסטעריעז געשריבן געווארן מיטן קאפּ אראפּ[4], א סוכות פיוט, פיוטים וועגן "אחרית הימים", א זעלטענער פיוט אויף שיר השירים, און מאה ברכות[5].

היינטיגער אָרט און פארוואלטונג

דער אפגאנער ליטורגישער קווייער געפינט זיך היינט אין דער זאמלונג פון דער מוזעום פון דער ביבל אין וואשינגטאן, די.סי.. אין 2014 איז עס געווען אויף א קורצער צייט אויף אויסשטעל אינעם 'ביבל לענדער מוזעאום' אין ירושלים[6]. די מוזעאום אין וואשינגטאן האט אויפגעשטעלט אַן אויסשטעלונג מיטן נאמען "הייליגע ווערטער: אנטפּלעקן דאס פריסטע העברעאישע בוך", וואס האט זיך געעפנט אין סעפּטעמבער 2024 און האט געדויערט ביז 12טן יאנואר 2025. אין מערץ 2025 איז די אויסשטעלונג אריבערגעפירט געווארן צו דער ביבליאטעק פון דער אידישער טעאלאגישער סעמינאר אין ניו־יארק, וואו עס וועט בלייבן ביז 17טן יולי 2025.

די מוזעאום האט אויסגעארבעט א קאסטאדיאנער־אפּמאך מיט פארשטייער פון די אפגאנער אידן און פון דער פריערדיגער דעמאָקראַטיש־ערוויילטער רעגירונג פון אפגאניסטאן, כדי צו פארזיכערן צוטריט פאר יעדן, בפרט פאר דער פארשפּרייטער אפגאנער אידישער קהילה. די מוזעאום פּלאנירט צו צושטעלן הויך־קוואַליטעט רעפּליקעס פאר דער אידישער קהילה און פאר וויכטיקע קולטור־אינסטיטוציעס אין אפגאניסטאן.

רעפערענצן

  1. ‘Most exciting find in a millennium’: Oldest Hebrew book goes on display in DC, JNS.org, ‏סעפטעמבער 30, 2024.
  2. יונה שוב, בחדרי חרדים, הכירו: סידור התפילה העתיק בעולם, אויף בחדרי חרדים, אקטאבער 6, 2013.
  3. Masood Farivar, How the oldest known Hebrew book landed in a Washington museum, Voice of America (VOA News), ‏יאנואר 25, 2025.
  4. Museum of the Bible.
  5. יוסי נכטיגל, ‏בסידור העתיק: פיוטים ומאה ברכות, אויף כיכר השבת, אקטאבער 4, 2013.
  6. חזקי ברוך, הסידור העתיק בעולם נחשף לציבור, אויף ערוץ 7, סעפטעמבער 18, 2014
    דליה מזורי, עושה עלייה: הסידור הקדום בעולם יוצג בארץ, באתר nrg‏, סעפטעמבער 15, 2014; סידור התפילה העתיק ביותר בעולם יגיע לישראל, חב"ד און ליין; סידור בן 1,200 שנה יוצג בישראל למשך חודש בלבד - הידברות; סידור התפילה העתיק ביותר בעולם יגיע לישראל, אויף JDN(העברעאיש).