דרעפט:די חערסאָנער גניזה
די חערסאנע גניזה איז אן אוצר פון צענדליגע בריוון און כלים וואס זענען אנגעבליך געשריבן געווארן דורך די צדיקים און קדושים תלמידי בעל שם טוב הקדוש זי"ע. אבער טראץ וואס אין געוויסע קרייזן איז די גניזה אנגענומען אלץ קודש קדשים, זענען פארט א מערהייט פון די חוקרים ביי די מיינונג אז די גאנצע זאך איז איין גרויסע שקר און א נידריגע זיוף.
די געשיכטע
אין די זוממער פון יאר ה'תרע"ח האבן זיך אנגעהויבן ארומצודרייען שמועות אין די שטאט אדעסא איבער א היסטארישן אוצר פון מכתבים און כלי קודש וואס קומט פון די גרעסטע מנהיגי החסידות איז געפונען געווארן. די שמועה האט אנגעגעבן אז די אוצר האט באלאנגט צום הייליגן רוזשינער זצ"ל, וואס האט עס באקומען בירושה פון זיין זיידע רבי אברהם המלאך, וואס ער האט עס געהאט בירושה פון זיין הייליגע פאטער די מעזריטשער מגיד.
די שמועה האט געוויסט צו דערציילן אז ווען די רוסישע רעגירונג האט ארעסטירט דעם הייליגן רוזשינער האבן זיי קאנפיסקירט די אלע מכתבים און כלים, און זיי האבן דאס באהאלטן אין א באשיצטע ארט פון דער רוסישער רעגירונג אין דער שטאט חערסאן. און ווי דער שמועה האט ווייטער געלויטעט האבן רעוואלוציאנערן וואס האבן רעוואלטירט אקעגן די צארישע הערשאפט זיך אריינגעבראכן אין די ארכיוון פון די רוסישע געהיים פאליציי און האבן ארויסגענומען פון דארט די אלע בריוון און חפצים.
די אלע כתבים האבן געהאט א שטעמפל מיט א נומער און עטליכע ווערטער אויף רוסיש, וואס האט געדארפט צו באשטעטיגן אז דאס איז קאנפיסקירט געווארן דורך די רוסישע רעגירונג.
צווישן די סוחרים אין אדעסא האבן זיך דאן אנגעהויבן ארומדרייען טייל פון די בריוון אויף וואס זיי האבן געלייזט גרויס געלט פון די אידן וואס האבן געוואלט האבן די זכי' זיך צו איינהאנדלען די הייליגע בריוון.
א גרויסער טייל פונעם גניזה איז אפגעקויפט געווארן דורך א ליובאוויטשע חסיד מיטן נאמען רבי שמואל גורארי', און ער האט עס תיכף געשיקט צו זיין רבי די מהרש"ב פון ליובאוויטש. ווי אויך האט ער געשיקט עטליכע העתקות צו נאך עטליכע רבנים, אריינגערעכנט דער אמרי אמת פון גור.
די אינהאלט פונעם גניזה
די גניזה האט ענהאלטן אין זיך צווישן אנדערע:
-בריוון פון רבי אדם בעל שם.
-בריוון פונעם רבי ישראל בעל שם טוב.
-בריוון פון זיין טאכטער אדל.
-בריוון פון דער גרויסער מגיד פון מעזריטש.
-בריוון פון זיין זון רבי אברהם המלאך.
-בריוון פון רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק.
- א גרויס טייל פון די בריוון זענען געווען פונעם בעל התניא רבי שניאור זלמן פון ליאדי.
ווי אויך זענען געווען פארשידענע חפצים א שטייגער ווי א זיגל און א בשמים פושקע פונעם בעל שם טוב.
ביבליאגראפיע
- דוד צבי הילמן, אגרות בעל-התניא ובני דורו, ירושלים, תשי"ג, עמ' 240-272
- יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז, עמ' 129-150 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ב. שווארץ, “די כערסאנער גניזה,” דער איד , נאוועמבער 2 – דעצעמבער 28, 1984
- A. Rapoport-Albert, “Hagiography with Footnotes,” History and Theory 27(1988), pp. 119-159
- H. Liberman, “הוי גוי חוטא,” in ספר הזכרון לרבי משה ליפשיץ, New York, 1996, pp. 139-140
- and M. Rosman, Founder of Hasidism, Berkeley, 1996, pp. 123-125.