מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוּס (ווערט אויך גערופן מגילת בני חשמונאי) איז א פּאפּולערע קורצע שילדערונג פון די מלחמות פון די חשמונאים און פון דעם נס פון חנוכה.די מגילה איז איבערגעגעבן געווארן אין עטליכע אראמישע ווערסיעס, און איז איבערגעזעצט געווארן צו לשון קודש מערערע מאל. רב סעדיה גאון איז מייחס די מגילה צו די חשמונאים זעלבסט אבער חוקרים נעמען און שטאמט ווארשיינליך פון די שפעטער, ארום דער תקופה פון די סבוראים.

דער מגילה איז דער איינציגער חיבור פון חז"ל, וואס איז געבליבן, וואס איז געצילט צו שילדערן בלויז די געשעענישן. כאטש וואס עס איז נישט א טייל פון תנ"ך, זענען געווען קהילות וואו מען פלעגט עס ליינען חנוכה, ענליך צו מגילת אסתר אום פורים.

אינהאלט פון די מגילה

ערשטע שלאכט קעגן ניקנור

די מגילה שילדערט דער מאכטפולער גריכישער קעניג אנטיוכוס און זיין שני למלך בגריס, ווי זיי האבן געבויט די שטעט אנטוכיא און באגראס אויף זייער נאמען, און זייערע האַס אויף די אידן. אין זיין 23'טע יאר שיקט אנטיוכוס זיין הויפּטמאַן ניקנור איינצונעמען ירושלים און איינצופירן דאָרט זיין אייגענע אָרדענונג. ער טוט אזוי, און שטעלט אוועק אין בית המקדש א מזבח צום גריכישן אפגאט, אויף וועלכן מ'האט געקוילעט חזירים.

דאס ברענגט דער ערשטע ווידערשטאנד דורך יוחנן בן מתתיהו כהן גדול. יוחנן האט זיך אריינגעכאפט צו ניקנור דורך שפילן אז ער גיט זיך איבער צו אים. יוחנן האט דערשטאכן ניקנור'ן צום טויט מיט א קליינעם שווערד וואס ער האט געהאט באהאלטן, און דערנאך ארויס אין מלחמה מיט די יוונים אויס'הרג'ענדיג 72,000 פון זיי. צוריקקומענדיג האט ער געבויט א זויל און עס גערופן "מכבי".

צווייטע שלאכט קעגן בגריס

בגריס ווערט געשיקט דורך אנטיוכוס אונטערצודריקן די אויפשטאנד, ער נעמט צוריק איין ירושלים און ברענגט אַהין טויט און פאַרוויסטונג, און ער פארבאט שבת, חודש, און מילה.

די מגילה שילדערט עטליכע העראאישע געשיכטעס איבער דעם מסירת נפש פון די אידן אין יענע צייט:

  • מען פלעגט שטראפן מיט'ן הענגען עלטערן וואס זענען געכאפט געווארן מל'ען זייער קינד. א פרוי וואס האט גע'מל'עט איר זון איז ארויף אויף די מויערן פון ירושלים און אויסגערופן "לך נאמר בגרס הרשע, ברית אבותינו לא תחדל ממנו". דאן האט זי זיך אראפגעווארפן פונעם מויער אינאיינעם מיט איר זון צו זייער טויט.
  • טויזנט אידן האבן זיך באהאלטן אין א הייל צו היטן שבת, און בגריס האט באפוילן אנצוצינדן א פייער ביי דער עפענונג, און אזוי זענען טויזנטער אידישע מענער, פרויען, און קינדער אומגעקומען פון פייער און דערשטיקט געוואָרן פון רויך.
  • ין טייל נוסחאות ווערט געברענגט א דריטע מעשה איבער א שוועסטער פון די חשמונאים וואס האט איבערגערעדט אירע ברידער ארויסצוגיין קעגן די יוונים, ווען זיי האבן איר געוואלט נעמען צו בגריס דעם נאכט פון אירע חתונה.

דאַן האָבן זיך דערוועקט די פינף זין פון מתתיהו (וואס האבן געטראגן דעם נאמען "חשמונאים", אדער "מכבים") זיי האבן צוזאמגעשטעלט גרויסע אידישע מחנות, וואס האבן געקעמפט מיט לייבן-מוט, ביז זיי האבן פאַרטיליגט די גריכישע מיליטער.

דריטע שלאכט קעגן בגריס

בגריס מיט זיינע לייט האָבן זיך געראַטעוועט און זיי זענען אַנטלאָפן אויף אַ שיף, און אנטיוכוס איז מחליט צו שיקן א ריזיגער מיליטער קעגן די אידן. צוזאמגעקליבן האָבן זיך אַלע זייערע מעכטיגע הארדעס און געברענגט האָבן זיי צום שלאכטפעלד אסאך עלעפאנטן אנגעטון אין פּאַנצערס. עטליכע מדינות העלפן צו די יוונים קעגן די אידן, זיי נעמען ווידער איין ירושלים, ברעכן אויף דרייצן פרצות אין דער סורג, האקן אפ די וואסער, און צינדן אונטער דעם שטאט.

האָבן די פינף זין פון מתתיהו זיך צוזאמגענומען אין מצפה גלעד, און געפאסט און געדאוונט, און זייער אַלטן פאָטער מתתיהו האט זיי געוואונטשן איידער זיי גייען ארויס. אַ שוידערליכע שלאַכט האָט זיך אַנטוויקלט, און אנהייב שלאכט איז יהודה המכבי געפאלן טויט. זייער פאטער איז געקומען אנשטאט אים די אַנדערע דריי ברידער און געקעמפט מיט גרויס העלדישקייט און באַזיגט זייערע מעכטיגע פיינט. אלעזר וועלכע האט פראבירט אומצוברענגען אן עלעפאנט ווערט גע'הרג'עט ווען ער ווערט דערטרונקען אין די געדערים פון א שטארבנדיגער עלעפאנט. בגריס דער שני למלך האט מען פאַרברענט אין פייער, און דער קעניג אנטיוכוס איז אַנטלאָפן אויף אַ שיף, און נעמט זיך דאס לעבן אונטערוועגנס[מקור פארלאנגט].

די חשמונאים האָבן אויסגערייניגט דעם בית המקדש און אָנגעצונדן דאָרט דעם מנורה. זיי האָבן געפונען דאָרט בלויז איין קריגל אויל, בלויז אויף איין טאג, האט אבער אַ נס געטראָפן און דאָס קריגעלע האט געקלעקט אויף גאַנצע אַכט טאג.

פון דעמאלט אן איז בטל געווארן די הערשאַפט פון מלכות יון, און עס האט זיך אנגעהויבן די הערשאַפט פון דער אידישער דינאַסטיע — די חשמונאים. און אָנגעהאַלטן האָט די אידישע הערשאַפט ביזן חורבן, וואס איז פארגעקומען שפּעטער מיט 206 יאר.

מחבר פון די מגילה

רב סעדיה גאון אין הקדמה צו זיין 'ספר הגלוי' שרייבט אז די פינף זון פון מתתיהו האבן געשריבן די מגילה, ער רופט עס "כתאב בני חשמונאי" (ספר בני חשמונאי), און ציטירט דערפון א פסוק וואס געפינט זיך אין דער היינטיגער ווערסיע[1]. פארהאן וואס לערנען אריין אין רב סעדיה גאונ'ס ווערטער אז ער איז דער וואס האט עס דער ערשטער אראפּגעשריבן, באזירט אויף מסורות וואס ער האט מקבל געווען בעל פה פון די צייטן פון די חשמונאים[2].

אין די דרוקן פון ספר הלכות גדולות (בה"ג) שטייט אז "זקני בית שמאי ובית הלל הן כתבו מגילת בית חשמונאי, ועד עכשו לא עלה לדורות עד שיעמוד כהן לאורים ותומים", אבער אין די כתבי יד אז דער נוסח "מגילת תענית", און נישט מגילת חשמונאי[3]. אויך אין די געדרוקטע נוסח זענען פארהאן וואס לערנען אריין אז עס באציט זיך צו מגילת תענית, וואס איז די טעמע פון יענע קאפיטל אין די בה"ג[4].

מנחם צבי קדרי האט אנאליזירט דאס אראביש פון דער מגילה און געקומען צו דער מסקנה אז עס איז געשריבן געווארן ארום דער צווייטער יארהונדערט[5]. אנדערע שלאגן אפ דעם דאטום, בעיקר באזירט אויף היסטארישע פאקטארן. אריה כשר לייגט צו דערצו אז עס איז קענטיג אין דער מגילה'ס שפראך איינפלוס פון אראביש, און דאטירט די מגילה צווישן דער 8'טער יארהונדערט און דער 10'טער[6]. איתי קגן מערקט אן אז דער נוסח פון דער מגילה אויף וועלכן די חוקרים האבן אלץ געקוקט איז געווען דער תימנ'ער, ווידעראום דער אייראפעאישן נוסח, וועלכער מ'טרעפט אויך אין דער קאירא גניזה, האט קלארע סימנים פון א סיריש אראמיש, און קיין שום אראבישער איינפלוס[7].

דאס שפּראַך פון די מגילה

די מגילה איז אריגינעל געשריבן געווארן אין אראמיש. חוקרים זאגן אז דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער שטייגער איז געווען צו שרייבן היסטאריע ביכער אין אראמיש. נתן פריד שרייבט אן אנדערע געדאנק, אז די מגילה האט געדינט ווי א תוספתא צו דעם תרגום אויף דער הפטרה. ער ווייזט אן אויף א כתב יד פון דעם תרגום פון דער הפטורה "רני ושמחי" פון שבת חנוכה, וועלכע איז באגלייט מיט א תוספתא אין פארם פון א מגילה איבער נס חנוכה[8].

רב סעדיה גאון האט איבערגעזעצט די מגילה אויף אראביש און געשריבן דערצו צוויי הקדמות, א לענגערע און א קירצערע, ווי זיין שטייגער אין אנדערע ספרים[9]. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך פארשידענע איבערזעצונגען צו דער מגילה אויסער רב סעדיה'ס; ווי אויך אנדערע נוסחאות פון דעם אראמישן אריגינאל[10]. די מגילה איז אויך איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש עטליכע מאל, און ערשיינט אין פארשידענע נוסחאות אין כתבי יד; נישטא כמעט קיין צוויי כתבי יד מיט דעם זעלבן נוסח[11]. מיט דער צייט איז די מגילה געדרוקט געווארן, און איין באקאנטע נוסח דערפון איז פארשפרייט געווארן, מיט לייכטע שינויים פון דרוק צו דרוק[12]. דער מגילה איז אנטהאלטן אין עטליכע כתבי יד פון דעם תנ"ך, און אין סידורים פון פארשידענע קהילות[13].

ליינען שבת חנוכה

עס איז געווען איינגעפירט אין פילע קהילות צו ליינען די מגילה שבת חנוכה. עס איז מעגליך אז טייל פלעגן עס ליינען מיט א ברכה בשם ומלכות, וויבאלד דער רי"ד האט געדארפט ארויסשרייבן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה דערויף[14].

אין תימן איז געווען דער מנהג עס ליינען שבת חנוכה פאר מנחה. מ'האט עס געליינט אזוי ווי א קריאה, ווען זיי פלעגן ליינען א פסוק פון דער מגילה אין אראמיש, און דערנאך דער תפסיר פון רב סעדיה גאון אויפ'ן פסוק. אין שפעטערע כתבי יד פון דעם תימנ'ער תכלאל האבן זיי אריינגעשטעלט אויך די איבערזעצונג אויף לשון הקודש, און זיי האבן געליינט א פסוק לשון קודש, אראמיש, און דערנאך דער תספיר. רבי יצחק רצאבי שרייבט אז דאס איז געקומען פון א טעות פון די וואס האבן פארשטאנען אז די מגילה איז א תרגום פאר דעם לשון קודש, און נישט פארקערט[15].

מ'טרעפט דעם מנהג פון ליינען די מגילה אין די מנהגים פון גרדאייא, אלזשיר, און פון די קרימטשאקעס[16]. נתן פריד ווייזט אן אז עס איז מעגליך אז אויך אין אשכנז און אין פראנקרייך האט מען עס אמאל געליינט חנוכה, וויבאלד דער מגילה איז געטראפן געווארן אין אן אשכנזישער מגילה פון הפטורות[17].

די מגילה איז געווען היבש פארשפרייט ביי אידן, אזוי אז אין דער הקדמה צו זיין 'ספר מעשיות', פארשפּרעכט רב ניסים גאון פון קירואן צו דערציילן די גאנצע היסטאריע פון די אידן, "אויסער וואס איז אין דער מגילת אסתר און מגילת חשמונאי (ווארשיינליך די מגילת אנטיכוס) און די 24 ספרים [פון תנ"ך]"[18].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. רב סעדיה גאון, ספר הגלוי, פארעפנטליכט און איבערגעזעצט דורך אברהם אליהו הרכבי, אין "זיכרון לראשונים", מחברת חמישית, חוברת ראשונה: "השריד והפליט מספר האגרון וספר הגלוי", פטרבורג תרנ"ב. "וכמו שכתבו בני חשמנאי יהודה ושמעון ויוחנן ויונתן ואלעזר בני מתתיה ספר במה שעבר עליהם, הדומה לספר דניאל בלשון הכשדים."
  2. זייבלד.
  3. זע רבי שמעון קיירא, הלכות גדולות א, רעד' ר"ע הילדעסהיימער, בערלין, תרמ"ח, עמ' 615, על פי כתב יד רומי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), אין די הערות.
  4. זע: ורד נעם, מגילת תענית, יד בן צבי: ירושלים תשס"ד, זייט 383 הערות 8.
  5. מנחם צבי קדרי, "באיזו ארמית נכתבה מגילת אנטיוכס", לשוננו כג, באנד ג' (תשי"ט), זייט 145-129.
  6. אריה כשר, "הרקע ההיסטורי לחיבורה של 'מגילת אנטיוכוס'", התקופה הסלווקית בארץ־ישראל, תל אביב תש"ם, זייטן 85—10.
  7. איתי קגן, "מגילת אנטיוכוס הארמית: בירורים לשוניים ראשוניים", לשוננו פו (תשפ"ד), זייט 119-145.
  8. פריד, זייט קי.
  9. זע זייבלד.
  10. מבוא צו מגילת בני חשמונאי, אין הליווי בגלות לרב סעדיה גאון, הוצאות האוצר, ירושלים, תשע"ט.
  11. פריד, תשנ"ג.
  12. פריד זייט קיז.
  13. ווי: סידור "בית עובד", ליוורנו, תרכ"ב; סידור "עבודת ישראל", רעדלהיים, תרכ"ח; סידור "אוצר התפילות", ווילנא, תרפ"ח.
  14. תוספות רי"ד, סוכה דף מד עמוד ב; שבלי הלקט שבולת קעד.
  15. רצאבי זייט מט.
  16. פריד, זייט 17-21.
  17. פריד, זייט 18.
  18. רבי נסים מקירואן, ספר מעשיות: והוא חבור יפה מהישועה, ווארשע, תקצ"ז, דף ב, ב;