יודל מארק (1897–1975), יידישער לינגוויסט, ערציער און פּאליטישער אקטיוויסט. יודל מארק איז געבוירן אין פּאַלאָנגע (אין דער רוסישער אימפעריע), איצט ליטע. געלערנט אין דער ארטיגער רוסישער מלוכה שולע און אידישע לימדים און העברעאיש ביי פריוואטע מלמדים און לערערס, דערנאך אין כהנ'ס גימנאַזיע אין ווילנע. פון 1915 ביז 1918 האט ער שטודירט אויפן היסטאריש־פילאָלאָגישן פאַקולטעט פון פּעטערבּורגער אוניווערסיטעט און אויף די הויכע קורסן פון באַראָן גינזבורג. ער האט געהערט צו דעם אינטעלעקטואַלן קרייז פון היסטאריקער שמעון דובנאוו, וועמענס אנהענגערס האבן געגרינדעט דער רוסישער "אידישער פאָלקספּארטיי" (העב'). נחום שטיף און זעליג קאלמאנאוויטש האבן באאיינפלוסט מארק צו שטודירן יידיש לינגוויסטיק. ער איז געווען סעקרעטאר פון יידישן "סטודענטישן הילפס-פאראיין" און גרינדער פון א פאָלקיסטישער סטודענטן-גרופע, גלייכצייטיג געווען טעטיג אין דער "חברה מפיצי השכלה" און אין ביורא פון צ"ק פון דער פאָלקס־פּאַרטיי. סוף 1918 האט ער זיך באזעצט אין ליבאַווע (Liepāja), לעטלאנד און געווען דארט א דער פאָרשטייער פון דער "יידישער פאָלקס־פּאַרטיי" אין דער שטאָט־פארוואלטונג און אין צייטווייליגן לעטלענדישן סיים.

1919-1920 געווען אַ יידישער לערער אין דער שקודער (Skuodas) פּראגימנאזיע, דערנאך (מיט איבעררייסן) געלעבט ביז 1924 אין ווילקאָמיר (Ukmergė), ליטע. גרינדער פון דער "ווילקאמירער ייִדישער רעאַל־גימנאזיע" (די ערשטע אין ליטע) און איר לערער פון ייִדיש און רוסיש. 1922, צוזאמען מיט יוסף טשערניכאָוו, געפירט די וואַל־קאמפּאניע פאר דער "פאָלקס־פּארטיי" צום ליטווישן סיים. אין 1923 איז ער געווארן גענעראַל־סעקרעטאַר פון ייִדישן נאַציאָנאַל־ראט, 1930-1927 לערער פון ייִדיש און ייִדישער ליטעראטור אין ריגער שטאָטישער ייִדישער גימנאזיע און לערער פון ייִדיש אויף די מלוכהשע ייִדישע לערער־קורסן, דערנאך געווען א לערער אין דער קאָוונער קאָמערץ גימנאזיע. געווען אַ מיטגרינדער פון ייִדישן וויסנשאַפטליכן אינסטיטוט און פון 1929 א מיטגליך פון זיין אויספיר ביורא.

אין 1934 איז ער צום ערשטן מאל געקומען קיין אמעריקע און אין 1936 צום צווייטן מאל. זינט דעמאלט טעטיק אין ייִדישן פּעדאַגאָגיש־ערציערישן, פילאָלאָגישן, ליטערארישן און געזעלשאפטליכן לעבן אין אמעריקע. געווען א לערער אין דער ייִדישער מיטלשול און אויף די לערער־קורסן פון ארבעטער רינג. זינט 1941 - קאנסולטאַנט פאר ייִדישע שולעס ביי דער "דזשואיש עדיוקעישאן קאָמיטי" אין נ"י. געווען אויך וויצע־פּרעזידענט פון דעם "קאונסיל פאר אידישער ערציאונג".

אלס איינער פון די גרינדער פון ייִוואָ האָט ער בייגעשטייערט צו אירע פילאלאגישע אויסגאבעס. דערצו האט ער פון 1930 ביז 1934 רעדאגירט דעם קאוונער טעגליכן "פאלקסבלאט" און געווען א קארעספּאנדענט פארן ניו־יארקער "פארווערטס". ער האט אויך געשריבן לערנביכער און ווערק וועגן ליטעראטור און פּעדאַגאָגיע, און איבערגעזעצט פון דייטש און אנדערע שפּראכן. מארק האט זיך באזעצט אין אמעריקע אין 1936 און דערנאך רעדאקטירט דעם ייווא זשורנאל "די יידישע שפּראך", אנגעהויבן אין 1941.

1921 אַרויסגעגעבּן די ערשטע יידישע "שול־גראַמאַטיק" (פ"ג "ליכט", קאָוונע; 2טע פאַרבּעסערטע אויפלאַגע, 1923). אין דעם אייגענעם יאָר אָנגעהויבּן אויך די פּובּליציסטישע טעטיקייט אין דער קאָוונער דעמאָקראַטישער צייטונג "נייס" א"ר פון ד"ר א. מוקדוני, יוני 1922 בּאַנייט די אויסגאַבּע אונטער זיין רעדאַקציע, (אין אָקטאָבּער פאַרמאַכט געוואָרן פון דער ליטווישער רעגירונג אין צוליבּ מאַנגל אין מיטלען בּאַנייט געוואָרן שוין אַלס וואָכנבּלאַט, מערץ 1923, בּיז עס האָט זיך אינגאַנצן אָפּגעשטעלט"). געשריבּן אַרטיקלען אויף די פאַרשיידנסטע טעמעס, דערהויפּט וועגן שולע־ און קולטור־פראַגן, אויך א"פּ אַן אייגענער, A. P. 1922 אַרויסגעגעבּן אַ גרעסערע ארבּעט "איינהייטלעכע פאָלקשול" (פ"ג "ליכט", קאָוונע, ז"ז 120), וואו עס ווערן פאָרמולירט די פאָלקיסטישע פּרינציפּן פון אַ איבּערפּאַרטיייִשער, איבּערקלאַסנדיקער יידישער שול אין קעגנזאַץ צו די עקסיסטירנדי־שול־טיפּן אין ליטע פון די 3 ריכטונגען: דער עקסט־לינקער, תּרבּותיסטישער און אָרטאָדאָקסישער, און אין צוזאַמענהאַנג מיט אַ קריטיק פון דער יידישער אַווטאָנאָמיע אין ליטע בּנוגע דער שול־פראַגע. אחוץ אייניקע אַרטיקלען אין יידישע בּאַלטישע צייטשריפטן, פאַרעפנטלעכט אויך אַן אַרטיקל "ווען איז מעגלעך נאַציאָנאַלע אַווטאָנאָמיע" אין נ"י־ער "דאָס נייע לעבּן" 1923, וואו ס'איז אויך געדרוקט אַ רעצענזיע פון ל. לערער איבּער זיין "איינהייטלעכער פאָלקשול".

אַלס איבערגעגעבענער טראדיציאנאליסט, האט מארק זיך אנטקעגנגעשטעלט דאס איינפירן ראדיקאלע רעפארמען אין סיי וועלכע קאמפּאנענט פון דער יידישער קולטור, אנשטאט האט ער געשטיצט דאס אויפהיטן די מזרח־אייראָפּעאישע יידישע טראדיציעס אין דער מאדערנער וועלטליכער אידישקייט. ער האט באטראכט דעם יידישן שרייב־סיסטעם ווי א טייל פון דער יידישער קולטור־ירושה און האט געפילט, אז די כללים זאלן מאדיפיצירט ווערן בלויז מיט גרויס זארג. מארק האט דעריבער אפּגעווארפן קאמפּאנענטן פון מאקס וויינרייכ'ס שפּראך־פּלאנירונג־רעפארמען, בפרט די ראדיקאל-פארענדערטע ארטאגראפיע. ער האָט נישט מסכים געווען מיט אזעלכע צענטראלע נקודות פון דער נייער ייווא אויסלייג ווי די מינימיזירטע באנוץ פונעם "שטילער אלף” און די צעשיידונג פון פּרעפיקס אין אדווערבן. ער האט אויך צענזורירט דעם עקסטרעמען פּוריזם פון וויינרייך און זיינע אנהענגערס, בפרט זייערע פּרואוון צו "רייניגן" יידיש פון אסאך ברייט-באנוצטע ווערטער, וואס זיי האבן באצייכנט "דייטשמעריזמען" – איבעריגע געבארגטע ווערטער פון דייטש.

מארק האט אויסגעדריקט זיין וויזיע פון "כלל־ייִדיש", דעם מאדערנעם יידיש סטאנדארט, אין פילצאליגע ארטיקלען, ווי אויך אין זיין "גראמאטיק פון דער יידישער כלל־שפראך", ערשינען אין 1978 נאך זיין טויט. זיין צוגאנג שפּיגלט זיך מער אפּ אין די ערשטע פיר בענדער פון דער "גרויסער ווערטערבוך פון ייִדישער שפּראך" (ארויסגעגעבן צווישן 1961 און 1980), וואס ער האט רעדאגירט ערשט אין ניו יארק און שפּעטער אין ירושלים. דער ווערטערבוך איז ערשינען מיט אַן אפּלייקענונג פון ייווא, וואס האט נישט געלאזט נוצן דעם אפּדרוק פונעם אינסטיטוט, ווייל די אויסלייגונגען פון די זאמלערס זענען געווען אנדערש פון דער ייווא ארטאגראפיע. נאך מארק'ס טויט, מיסמאַנידזשמענט און אנהאלטנדע וויסנשאפטליכע דיספּיוטן האבן פאראליזירט דעם ווערטערבוך פּראיעקט.

ביבליאגראפיע