דרעפט:דריידל
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א דריידל (וועסט-יידיש: טרענדל; העברעאיש: סביבון) איז א שפילצייג מיט א דיקער קערפער און א שפיץ פון אונטן, אויף וועלכע עס איז געמאכט זיך צו דרייען. ביי אידן איז א מנהג צו שפילן דערמיט אין חנוכה.
דער מנהג צו שפילן דריידל אין חנוכה ווערט געברענגט אין ספרים, אויך די חסידישע רבי'ס האבן געשפילט דערין, עס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר, און אין ספר שיחות הר"ן סימן מ'.
טעמים און רמזים
א פארשפרייטער טעם צום מנהג, איז אז מיט דעם האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יוונים, וועלכע האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילן דריידל. דער ערשטער מאל וואס אזא שילדערונג ווערט דערמאנט איז אין "אוצר כל מנהגי ישורון" ארויסגעקומען אין סעינט לואיס אין תרע"ח דורך ר' אברהם אליעזר הירשאוויץ פון פיטסבורג, אריגינעל פון קאוונא, וואו ער ברענגט עס בשם רבי עזריאל זעליג קרעלענשטיין[1].
דער בני יששכר ברענגט א רמז צו דעם מנהג ווייל ביי חנוכה איז געווען אן איתערותא דלעילא דערפאר כאפט מען אן דעם דריידל פון אויבן, ווידעראום פורים ווען עס איז געווען איתערותא דלתתא כאפט מען אן דעם גראגער פון אונטן.
עס איז פארהאן אסאך רמזים אויף האלצענע דריידלעך, דערפאר זענען דא וואס ניצן דייקא א דריידל פון האלץ, אנדערע רבי'ס האבן יא געשפילט יא מיט זילבערנע דריידלעך.
נגהש
אויף די פיר זייטן פונעם דריידל זענען אויפגעקריצט די פיר אותיות נון, גימל, הא, און שין. דאס דינט אלס טייל פונעם שפיל צו אנצייגן דער אקט וואס דער שפילער דארף נעמען.
אין די חסידישע ספרים געפונט מען מערערע רמזים אויף די אותיות נגה"ש און זייער שייכות צו חנוכה, באזירט אויף די מימרא אז "מנהג ישראל תורה הוא". דאס מערסט באקאנט איז די ראשי תיבות "נס גדול היה שם".
נגהפ
אין ארץ ישראל האבן מאנכע געטוישט אויף נגהפ, וויבאלד זיי זאגן נס גדול היה פה. אנדערע קריטיקירן דאס, וויבאלד אין די ספרים זענען דא מערערע רמזים אויף די אותיות נגה"ש, און זיי טענה'ן אז שם גייט ארויף אויפ'ן בית המקדש, נישט אויף ארץ ישראל.
מנהגים
מיר געפונען מערערע אדמורים און רבנים וואס האבן געשפילט דריידלעך מיט זייערע קינדער און אייניקלעך.
אלגעמיינע היסטאריע
דער דריידל איז אויף געווען א שפילעריי אין די אלגעמיינע וועלט, מען געפונט דאס אלס גאר א פארצייטישע שפיל אין די אלטע צייטן.
ביבליאגראפיע
- יצחק טעסלער, "ה'דריידל' (סביבון) בחנוכה: מקורותיה, טעמיה ומנהגיה", אור ישראל יד, מאנסי, תשנ"ט, עמ' נ–ס
- April Fools! Tracing the History of Dreidel Among Neo-Traditionalists and Neo-Hebraists, The Seforim Blog
דרויסנדיגע לינקס
- "דריידל - היסטאריע", אשכול אויף אייוועלט
- דער ארטיקל "סביבון", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- מנהג הסביבון ותולדות כינוי מנורת חנוכה - חנוכיה, אשכול אין אוצר החכמה
- מידיע און בילדער איבער דריידלעך אויף וויקיקאמאנס
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
- ↑ אברהם אליעזר הירשאוויץ, אוצר כל מנהגי ישרון, סעינט לואיס, תרע"ח, עמ' 57