רוי:יוסף פרץ ביללער

פון המכלול
ווערסיע פון 01:07, 18 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "סקווערער" ב־"סקווירער")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יוסף פרץ ביללער איז א איד פון מאנסי וואס שרייבט אויף נאטור און וויסנשאפליכע פארשונגען. ער איז דער רעדאקטאר פון דבר בעטו, א חודשליכע אויסגאבע פאר קינדער.

געשיכטע

ער איז געבוירן אין מאנסי, און אלס קינד האט ער געלערנט אין דעם סקווירער חדר, ווי פילע פון די מאנסיער חסידישע אידן, וואס האבן דארטן געשיקט זייערע קינדער, זייענדיג דאס איינציגע חסיד'ישע בית חינוך אין דעם אומגעגנט, טראץ דעם וואס זיי האבן נישט אנגעקערט צו דעם סקווירער קרייז.

יוסף ביללער איז אמאל געווען דער רעדאקטאר פון דער אויסגאבע יפה בעתו. אין תשנ"ט האט ער פארמאכט יפה בעתו און אנגעהויבן שרייבן פאר דער בליק.

בערך אין יאר תשס"ה איז ער אריבער צו דער פלאם. שפעטער אין די סוף תש"ס יארן האט ער אנגעהויבן צוריק ארויסצוגעבן אן אייגענע אויסגאבע, אביסל ענליך צו דעם יפה בעתו, מיטן נאמען "דבר בעטו", אבער עס איז מער גראפיש און קאליריק, אזוי אז עס איז פיל מער ציענדיג און אינטערעסאנט.

זיין לעבנסשטייגער איז פון דעם ווייסע סלאנימער חסידות וואס איז באזירט אין ירושלים.

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!