דרעפט:רבי נתן נטע פון אווריטש

פון המכלול
ווערסיע פון 13:13, 5 אויגוסט 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי נתן נטע פון אווריטש (– א' אב תקמ"ה), איז געווען א געטליכער מאן, א גאון עולם, גדול וקדוש בדורו, גערופן געווארן "רבי נטע הגדול"[1]. ער איז געווען פון די חבריא פון בעל שם טוב און זיין תלמיד דער מעזריטשער מגיד, און א חבר פון דער מאור עינים און דער בעל התניא. ער האט מחבר געווען "נטע שעשועים.

זיין געבורט יאר איז נישט באקאנט, ווי אויך זיין יחוס. ער האט געדינט אלס רב אין אוורוטש אינעם וואהלינער גובערניע (היינט אינעם זשיטאמיר גובערניע) אין אוקראינע, און אויף די גלילות שטעט נארינסק (Noryns'k), נאַראָדיץ (Narodychi), און סלאוועטשנע (Slovechne).

אלס שטארקער ידיד מיט'ן מאור עינים פלעגן זיי זיך אפט באזוכן, אמאל אין אווריטש און אמאל אין טשערנאביל[2].