רוי:כלי הרואים
כלי הרואים איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין ספר בני יששכר.
דער מחבר
רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר כלי הרואים איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.
אינהאלט
דער ספר כלי הרואים איז א פירוש אויף דעם ספר עובדיה, דער זון שרייבט צו דער ענדע פון ספר, אז דאס איז נאר א ביישפיל פון דעם חיבור וואס זיין פאטער האט געשריבן אויף גאנץ נ"ך אויף דעם חסידישן שטייגער, און בעט פון אויבערשטען זאל אים העלפן ארויסגעבן דעם גאנצן חיבור. (וחבל על דאבדן)
אויסגאבעס
- לעמבערג תר"ח, ארויסגעגעבן איין חלק דורך רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר, צוזאמען מיט הרב מנחם מענדל פנחס פון ריבאטוטש.
- לעמבערג ה'תר"י, ה'תרכ"ב.
- פרעמישלא ה'תרמ"ג, ארויסגעגעבן דורך רבי יעקב משה אמקרויט, צוזאמען מיט רבי משה שפירא פון פשעמישל, א זון פון רבי שמואל שפירא.
- טירנוי ה'תרפ"ח.
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר כלי הרואים פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אנדערע אויסגאבעס.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- בית עקד ספרים
ספרי בית דינאוו |
אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!