רוי:סוכות
סוכות (חג האסיף - הארבסט פייערונג) - איז אַ יִידישע זיבן טאגיגע פייערונג, פון ט"ו תשרי ביז כ"א תשרי. גלייך נאך סוכות געפאלט דער יום טוב שמיני עצרת.
עס הייסט אויך חג האסיף דער יום טוב פון הארבסט וואס מען טוט איינזאמעלן די תבואה.
עס געפאלט אין חודש "תשרי", פיר טעג נאך יום כיפור.
דער ערשטער טאג (אין חוץ לארץ די ערשטע צוויי טעג) פון סוכות איז א יום טוב, און די איבריגע טעג זענען חול המועד.
סוכות עסט מען און שלאפט מען אין דער סוכה.
טעם
די תורה גיט דעם טעם פאר דער מצווה פון סוכה, א זכר צו די סוכות בהן ישבו בני ישראל במדבר:
בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי הַזֶּה חַג הַסֻּכּוֹת שִׁבְעַת יָמִים לַה'...בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל-הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֻּכֹּת לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסֻּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם
— ויקרא כג מג
ס'איז פאראן צוויי טייטשן פון די סוכות: טייל לערנען אז די סוכות אין וואס דער אייבערשטער האט אריינגעלעגט די אידן אין מדבר זענען געווען עכטע סוכות (אבן עזרא, רשב"ם), אנדערע לערנען אבער אז סוכות דא מיינט מען די ענני הכבוד— די ערע וואלקנס—וואס האבן געשיצט די אידן אין מדבר (אונקלוס, רש"י, רמב"ן).
- דאס ווערט געפייערט היינט צוטאגס אלס אנדענק צום באפרייאונג פון מצרים, צו דאנקן גאט פאר די ניסים דאן, אין סימבאליש צייכענט דאס אפ די הימלישע ווענט פון פון די 4 וואלקענעס וואס איז געווען דער איינציגסטער שוץ אין מדבר ווען די אידן האבן דארטן געוואלגערט 40 יאר און עס איז זיי גארנישט געשען קיין שלעכט'ס.
- און דער סעזאן איז אויסגעשטעלט דווקא אין הערבסט סעזאן, בעפאר די ווינטער ווען די פארמער און פלאנצער ענדיגן זייער פעלד ארבעט, וואס אמאל איז יעדער געווען אין אזא ארבעט. און זיי עסן דאן אין אזא סוכה צו פייערן און דאנקן פאר די גוטע פלאנצונג פון יאר. אויך איז די ד' מינים אלס לויב און דאנק פאר די גוטע פלאנצונגען.
זמן שמחתנו
סוכות איז א ספעציעלער זמן פון דערהויבנקייט און פרייד וואס מען זאגט הלל און מאכט שמחת בית השואבה, אויך נעמט מען די קינדער פאר אויספלוגן, און זאאס צו מאכן זיי פריילעך.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: סוכות |
- יצחק פאנגער, סוכות - דער יום טוב פון שמחה, ווידעא לעקציע ביי הידברות
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
אידישע צייטן און ימים טובים | ||
---|---|---|
ימים טובים מן התורה | ראש השנה • יום כיפור • סוכות • שמיני עצרת • ערב פסח • פסח • שביעי של פסח • פסח שני • שבועות • חול המועד | |
פייערטעג מדרבנן אדער מנהג | אסרו חג • הושענא רבא • שמחת תורה • חנוכה • חמשה עשר בשבט • פורים • ל"ג בעומר • חמשה עשר באב | |
ספעציעלע טעג | שבת • ראש חודש • חודש אלול • עשרת ימי תשובה • פורים קטן • ספירת העומר • בין המצרים • ראש השנה למלכים ולרגלים | |
תעניות חובה | צום גדליה • עשרה בטבת • תענית אסתר • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב | |
תעניות רשות | יום כיפור קטן • תענית בכורים • כ' סיון • שובבי"ם • תענית בה"ב • תעניות גשמים • ז' אדר | |
ספעציעלע שבתים | שבת מברכים • שבת שובה • שבת שירה • שבת שקלים • שבת זכור • שבת פרה • שבת החודש • שבת הגדול • שבת חזון • שבת נחמו | |
פייערטעג פון קהילות | יום שמחת כהן • סיגד • י"ט כסלו • פורים שני • בסיסה • מימונה • סהרנה | |