רוי:שתדלן

פון המכלול
ווערסיע פון 03:51, 18 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט 'שתדלן איז א טיטל פאַר אידישע כלל-טוער אין מיטלאַלטער ביז דעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע פלעגן זיך משתדל זיין ביי די רעגירונגען, מלכים, פירשטן, לטובת זייערע אידישע ברידער. געווענליך פלעגן די שתדלנים באַשטיין פון אידישע גבירים, וועלכע האָבן גע...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שתדלן איז א טיטל פאַר אידישע כלל-טוער אין מיטלאַלטער ביז דעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע פלעגן זיך משתדל זיין ביי די רעגירונגען, מלכים, פירשטן, לטובת זייערע אידישע ברידער. געווענליך פלעגן די שתדלנים באַשטיין פון אידישע גבירים, וועלכע האָבן געפירט געשעפטן אין די הויפן פון די פירשטן און האָבן דאַדורך געהאַט צו זיי אַ פּערזענליכן צוטריט, די דאָזיגע שתדלנים זענען באַטראַכט געוואָרן אַלס זייער נוצליכע און וויכטיגע אידן און וועגן זיי זענען פארהאן דינים אין שולחן ערוך חושן משפט; אין די אַמאָליגע דייטשע לענדער האָבן די שתדלנים געהאַט אָפט אָפיציעלע טיטלען ווי "הויף-אידן", "רעזידענטן" וכדומה. צו די באַרימסטע שתדלנים האָט געהערט רבי יאָזעלמאן פון ראסהיים.