רוי:ברכה משולשת
ברכה משולשת איז א ספר אויף משניות פארפאסט דורך רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו, באקאנט אלס דער בני יששכר.
דער מחבר
רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר ברכה משולשת איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצוות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.
אינהאלט
דער ספר ברכה משולשת איז פירוש אויף משניות פון סדר מועד ביז נאך סדר קדשים, וואו דער מחבר פארענטפערט דעם ברטנורא. דער ספר איז געדרוקט געווארן פון די כתבים וואס זענען געווען ביי זיין אייניקל דער בוקאווסקער רב, רבי מאיר יהודה שפירא.
אויסגאבעס
- פרעמישלא תרנ"ז, דורך רבי אברהם ארום
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר ברכה משולשת פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- בית עקד ספרים
ספרי בית דינאוו |
אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!