רוי:צייטרעכענונג

פון המכלול
ווערסיע פון 21:42, 9 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ביי אידן איז איינגעפירט צו רעכענען די יאָרן לויט דער טראדיציאָנעלער אָנגענומענער צייט פון דער וועלט שאַפונג, "לבריאת העולם"; דאָס הייסט אויך "ליצירה". עס ווערט אָנגענומען, אַז היינט (אין יאָר 2024 ביז חודש תשרי) איז דאָס יאָר ה' אלפים תשפ"ה ליצירה, דאָס 5,785טע יאָר זינט די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן. ווען מען שרייבט אַרויס אינגאַנצן ה'תשפ"ה רופט מען עס "לפּרט גדול" (גרויסע באַצייכענונג); ווען מען שרייבט נאָר תשפ"ה און מען לאָזט אַרויס די ה', רופט מען עס "לפּרט קטן" ווען מען וויל וויסן דעם אידישן יאָר אין פאַרגלייך מיט דעם אַלגעמיין אָנגענומענעם יאָר (צו דער געבורט פון קריסטוס) איז גענוג צוצולייגען צום אידישן פּרט קטן 1240 אין מען באַקומט דאָס אַלגעמיינע יאָר. למשל צו תשפ"ה אַלזאָ 785 לייגט מען צו 1240 באַקומט מען 2024; פאַרקערט, ווען מען וויל באקומען דאָס אידישע יאָר פון קריסטליכן, נעמט מען אַראָפּ 1240 און מען באַקומט דאָס אידישע יאָר. אַן אויסנאַם זענען נאָר די מאָנאַטן פון אידישן ראש השנה ביזן 1טן יאנואַר, ווייל אין אידישן יאָר-רעכענונג איז עס שוין אַ ניי יאָר, און אין קריסטליכן איז עס נאָך דאָס אַלטע יאָר; דאָס אידישע יאָר הויבט זיך אָן ראש השנה (ראש חודש תשרי) און דאָס קריסטליכע דעם 1טן יאנואַר.

ווי אַ ריי געלערנטע, אידישע כראָנאָלאָגיע-פאָרשער, און באַזונדערס דער באַדייטנדסטער כראָנאָלאָגיע-פאָרשער, רבי חיים יחיאל באָרנשטיין, ווייזן אָן, איז די דאָזיגע צייטרעכענונג ביי אידן לבריאת העולם נישט געווען די איינציגע צייט-רעכענונג, און די אַמאָליגע צייטן זענען געווען ביי אידן פאַרשידענע מעטאָדן צו ציילן די צייט, פאַרשידענע "עראס", אָדער ווי מען האָט עס גערופן אַמאָל "מנין שנים", ציילן די יאָרן, און אויך "תאריכים". אין דער משנה גטין פּרק ח' ווערן דערמאנט די צייטרעכענונגען "לבנין הבית", "לחורבן הבית", "למלכות יון" (זינט דאָס בית המקדש איז געבויט געוואָרן, זינט דאָס בית המקדש איז חרוב געוואָרן, זינט עס איז געגרינדעט געוואָרן די סיריש-גריכישע מלוכה); אין עבודה זרה ט' און י' ווערן שוין דערמאנט "לבריאת עולם", "ליציאת מצרים" (זינט אידן זענען אַרויס פון מצרים, די דאָזיגע צייטרעכענונג איז פאַרהאַן שוין אין מלכים א' ו'), און די גמרא זאָגט, אַז "בגולה אין מונין אלא למלכי יונים בלבד", אַז אין בבל האָט מען געציילט נאָר לויט די "מלכי יונים". די דאָזיגע ציילונג "למלכי יונים" האָט מען גערופן שפּעטער "לשטרות", ווייל אַלע וועקסלען און דאָקומענטן האָט מען דאטירט לויט דעם, און אין די דאָקומענטן פון די גאונים און אַנדערע ספרים ווערט דערמאנט הויפּטעכליך די דאָזיגע צייטרעכענונג "לשטרות". דאָס 1טע יאָר לשטרות איז 312 יאָר פאַר דער געווענליכער קריסטליכער צייטרעכענונג (די גרינדונג פון דער גריכישער סירישער אימפּעריע). ראַפּאָפּאָרט אין "ערך מלין", זוכוואָרט "אַלכסנדר" ווייזט אָן, אַז אויך אין דעם "לשטרות" זענען געווען פאַרשידנקייטן, טייל האָבן גאָר גערעכנט פון 311, און אין די אידישע ספרים זענען צוליב דעם פאַרהאַן סתירות וועגן וויכטיגע היסטאָרישע געשעענישן.

ביבליאגראפיע

זע ראַפּאָפּאָרט אין "ערך מלין" (זוכוואָרט "אלכסנדר") און בורנשטיין "תאריכי ישראל" אין זאמל-בוך "התקופה".

זעט אויך


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!