רוי:אברהם קאצנעלסאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אברהם קאצנעלסאן
Абрам Ісакович Кацнельсон
געבורט יאנואר 1 1914
פטירה אויגוסט 21 2003 (אלט: 89)
לאום איד
שפות היצירה אוקראיניש
תחום כתיבה דיכטונג, איבערזעצונג
abramkatsnelson.com

אברהם קאַצנעלסאָן (אוקראיניש: Абрам Ісакович Кацнельсон; ‏ יאנואר 1 1914 - אויגוסט 21 2003) איז געווען אַן אוקראינישער דיכטער און איבערזעצער פון אידישן אָפּשטאַם. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1914 אינעם שטעטל האָראָדניע אין דער יעצטיגער טשערניגאָווער געגנט פון אוקראינע. ער האָט געלערנט די טעאָריע פון ליטעראטור אינעם קיעווער אוניווערזיטעט. ער האט געקעמפט אויפ'ן פראָנט אין די רייען פון דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטע וועלט-מלחמה.

זיין ערשטע לידער-זאַמלונג «Краплі сонця» ("טראָפּנס פון דער זון") איז ערשינען אין 1935. במשך פון זיין לעבן האָט אברהם קאַצנעלסאָן אַרויסגעגעבן אַריבער דרייסיג לידער-זאַמלונגען אויף אוקראַיניש. דריי פון זיינע ביכער זענען ערשינען אין איבערזעצונגען אויף רוסיש. אַ באדייטנד אָרט האָט אין אברהם קאַצנעלסאָנ'ס דיכטונג פאַרנומען די טעמע פונעם אידישן חורבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. ער האָט איבערגעזעצט אין אוקראַיניש ווערק פון סאוויעטישע יידישע דיכטער. אין 1984 האָט ער אַרויסגעלאָזט זיין אויטאָרישע אנטאלאגיע «З єврейської радянської поезії». ("פון דער אידישער סאוויעטישער דיכטונג"). אין 1993 האָט דער דיכטער עמיגרירט קיין אמעריקע, וואוּ ער האָט געלעבט די לעצטע צען יאָר פון זיין לעבן. ער איז געשטאָרבן אין 2003 אין לאס אנדזשעלעס.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!