רוי:בת-שבע קאניעווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בת-שבע קאניעווסקי

מרת בת-שבע אסתר קאַניעווסקי (כ"ד שבט ה'תרצ"ב, ירושלים - י"ז תשרי תשע"ב, בני ברק; 1טן פעברואר 1932 - 15טן אקטאבער 2011), געבוירן בת-שבע אסתר אלישיב, איז געווען די ווייב פון הרב רבי חיים קאניעווסקי און א רוחניותדיקע פירערין. אנדערש ווי רוב רביצינס, בפרט ביי די ליטווישע, פלעג זי אויפנעמען מענטשן. פרויען פון אלע שטראמען זענען געקומען צו איר צו באקומען פון איר א ברכה אדער אן עצה.[1]

לעבנסגעשיכטע

בת-שבע אסתר איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין ה'תרצ"ב צו איר פאטער רב רבי יוסף שלום אלישיב, שפעטער דער פירער פון דעם ליטווישן חרדישן ציבור, און צו איר מוטער שיינא חיה, א טאכטער פון הרב רבי אריה לעווין. אין אירע יונגערע יארן האט זי געארבעט פירן ביכער, און אויך האט זי געהאלפן איר פאטער, הרב אלישיב, אין מגיה זיין די כתבים פון זיין פאטער דער מקובל הרב שלמה עליאשאוו, מחבר פון לשם שבו ואחלמה. דעם שידוך צווישן איר מיט רבי חיים קאניעווסקי, וואס האט דעמאלסט געלערנט אין דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקוה, האט גערעדט דער חזון איש. זיי האבן חתונה געהאט ו' כסלו ה'תשי"ב.[2]

זי פלעג דאווענען אלע תפילות אין דער לעדערמאן שול, און אין די לעצטע יארן האט זי מקפיד געווען צו דאווענען שחרית מיט וותיקין.

זי איז נפטר געווארן י"ז תשרי ה'תשע"ב, שבת חול המועד סוכות, ביי דער עלטער פון 79. ביי איר לוויה האבן מיטגעטיילט בערך פופציג טויזנט מענטשן.[3]

נאך איר פטירה, האט איר מאן רבי חיים געבעטן זייער טאכטער, רביצין לאה קאלאדעצקי, ווייטערפירן איר מאמעס עבודת הקודש אין זיין דירה.

משפחה

אירע קינדער זענען

  • חנה, ווייב פון הרב שרגא שטיינמאן, ראש ישיבה פון 'קהילות יעקב' אין בני ברק
  • לאה, ווייב פון רבי יצחק קאלאדעצקי.
  • רבי אברהם ישעיהו, ראש ישיבה פון 'שפת הים' אין בני ברק.
  • רות, ווייב פון רבי יהושע צביון.
  • רבי שלמה, ראש ישיבה פון 'קרית מלך' אין בני ברק.
  • ברכה, ווייב פון רבי זעליג בראווערמאן, רוזשינער ראש ישיבה.
  • דינה, ווייב פון רבי דוד עפשטיין, פון די ראשי ישיבות פון 'כנסת יצחק'.
  • רבי יצחק שאול (שוקי) אין בני ברק,, איידעם פון הרב בנימין ביינוש קורלאנסקי

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!