דרעפט:האמבאלדט אוניווערסיטעט פון בערלין
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דער האמבאלדט אוניווערסיטעט פון בערלין (דייטש: Humboldt-Universität zu Berlin; קורץ: HU Berlin) איז געגרינדעט געווארן אין 1809 דורך דער פרייסישער קעניג פרידריך ווילהעלם דער דריטער אלס 'אוניווערסיטאט פון בערלין' און האט אנגעהויבן לערנען אין 1810. פון 1828 ביז 1945 האט זי געטראגן דעם נאמען 'פרידריך ווילהעלמס אוניווערסיטאט פון בערלין' אין עהרע פון איר גרינדער. נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט די קאמפּוס זיך געטראפן אויף די קאמוניסטישער זייט פון בערלין. אין 1949, אלס די גרעסטע און עלטסטע הויכשולע אין בערלין, איז זי גערופן געווארן נאך די פּאָלימאַטן (אוניווערסאל-געלערנטע) ברידער ווילהעלם און אלעקסאנדער פאָן האמבאלדט. זי איז הויפטקווארטירט אינעם פאלאץ פון פרינץ היינריך ביי אונטער די לינדן שטראסע נו. 6 אין די בערלין-מיטע דיסטריקט.
די שולע האט פילע מערקבארע גראַדואנטן, פילע וואס האבן פארגעלערנט אין די הומבאָלדט אוניווערסיטאט.
- ערווין שרעדינגער
- מאַקס פּלאַנק
- אלבערט איינשטיין
- ראבערט קאָך
- אָטאָ פאָן ביסמאַרק
- יאקאב און ווילהעלם גרים (ברידער גרים)
- היינריך היינע
- ישעיהו לעבאוויטש
- קארל מארקס
- פרידריך ענגלס
- געארג ווילהעלם פרידריך העגל
- יאָהאַן גאָטליב פיכטע
- וואַלטער בעניאמין
- אַרטור שאָפּענהאַוער
- פעליקס מענדלסאָן
- רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (נישט גראדואירט)