אקדמות
א פיוט אויף אראמיש געזאגט מיט גרויס חביבות דעם ערשטן טאג שבועות איידער קריאת התורה. הייבט זיך אן מיט די ווערטער "אקדמות מילין ושריות שותא". נתחבר געווארן דורך רבי מאיר שליח ציבור פון ווירמייזא.
אויסשטעל
דער פיוט איז אויסגעשטעלט מיט 54 בתים פון 2 שורות, יעדער שורה באשטייט פון 10 תנועות, און ענדיגט זיך מיט'ן גראם פון "תא", די אקראסטיק פון די ערשטע 26 בתים זענען לויט די רייע פון א' ב' - געדאפלט, און די איבריגע זענען לויט דער נאמען פונעם "מחבר מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמיץ".
דער פיוט הויבט אן מיט די שבח פון השי"ת וואס איז נישט מעגליך צו שילדערן, און פאלגט נאך מיט די לויב פון די מלאכים, און די גרויסקייט פון די אידן איבער זיי, דערנאך שילדערט דער פייטן א שמועס צווישן די אידן מיט די פעלקער, וואו די פעלקער פרעגן די אידן פארוואס זיי דינען השי"ת, און די אידן שילדערן זיי די שכר פון לעתיד לבא.
דער פיוט ווערט געזאגט אין א אופן פון חזן וקהל, יעדע צוויי שורות, און ווערט געזאגט מיט א שיינעם ניגון וואס ברענגט ארויס דביקות און נעימות.
היסטאריע
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן ארום די ד'ת"ת יארן, דורך רבי מאיר ב"ר יצחק. דער שליח ציבור פון שטאט[1]. אינערהאלב זיין פאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין די נוסח התפילה, און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי א צאל וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארן אלס "רשות" און אריינפיר פאר'ן "תורגמן", וואס פלעגט איבערטייטשן די פסוקים פון עשרת הדברות אויף אראמיש, און צוגעלייגט דערביי פיוטים אויף אראמיש. דער מנהג פון מתרגם זיין די תורה איז געווען איינגעפירט בימי חז"ל, און איז שפעטער פארבליבן בלויז אין שבועות און נאך[2]. שפעטער ווען דאס האט שוין אויך נישט אנגעהאלטן, איז אבער דער פיוט פון אקדמות פארבליבן.
רבי אברהם קלויזנער ברענגט דעם מנהג צו זאגן דעם פיוט אקדמות[3], און עס ווערט פארצייכנט צווישן די פארצייטישע מנהגי אשכנז[4]. אויך געפונט מען דאס אין מחזור ווירמייזא, און אין נאך כתבי יד[5].
אין ווירמייזא זעלבסט איז דער מנהג געווען נישט צו זאגן דעם פיוט אקדמות. צוליב א מעשה מיט א חזן וואס האט אויסגעהויכט זיין נשמה ביים זאגן דעם פיוט מיט גרויס מתיקות[6]. טייל שטעלן זיך אויף דעם טעם, און געבן אן אנדערע טעמים דערביי[7].
הלכה
דער מנהג איז געווען צו זאגן דעם פיוט נאכ'ן ערשטן פסוק "בחודש השלישי". רבי אפרים בן יעקב הכהן, פון ווילנא איז אנגעפרעגט געווארן פון די קהילה אין ווענעציא איבער דעם מנהג וואס די אשכנזים האבן זיך געפירט, און די ארטיגע ספרדים האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א הפסק אינמיטן קריאת התורה, דער שער אפרים איז מבאר אז דער מנהג איז א פארצייטישער מנהג און מען קען נישט מפקפק זיין דערויף, און איינמאל מען ליינט שוין דעם ערשטן פסוק איז עס מער נישט קיין הפסק, און ער שטעלט אוועק אז די ספרדים קענען זיך נישט מישן אין די מנהגים פון די אשכנזים זיי מבטל צו זיין[8].
דער ט"ז שרייבט אז דאס איז א הפסק נישט האבנדיג קיין שייכות מיט'ן ליינען, און זאל דאס זאגן בעפאר די ברכה פונעם כהן[9]. ווידעראום דער מגן אברהם ברענגט אראפ דעם מנהג פון זאגן אקדמות נאכ'ן ערשטן פסוק און דערמאנט נישט חשש דערביי.
עס ווערט דערציילט אז דער שאגת אריה איז געווארן רב אין מיץ האט ער געוואלט איינפירן צו זאגן אקדמות איידער'ן זאגן די ברכה, א זאך וואס איז אויסגעשטאנען קענערשאפט פון די בני הקהילה, און האט אים שיר נישט געקאסט דאס רבנות פאסטן.
טעמים
אין די ספרים ווערט געברענגט א צאל טעמים פארוואס פונקט דעם יו"ט שבועות זאגט מען דעם שיר, פארוואס מען זאגט דאס אין אראמישן שפראך, און נאך.
פארהאן וואס געבן אן ערקלערונג וואס פארענטפערט אויך די פארשידענע ערשיינונגען דעם שיר, וויבאלד בימי חז"ל איז געווען דער מנהג אז מען איז מתרגם די תורה שבת אינדערפרי ביים לייענען, נאך יעדן פסוק האט זיך דער בעל קורא אפגעשטעלט, און דער תורגמן האט ערקלערט די פסוקים פארן קהל. שפעטער ווען דער מנהג איז בטל געווארן, איז עס געבליבן אין צרפת ואשכנז בלויז אין גאר חשוב'ע צייטן, ווי למשל פסח און שבועות, סיי ביים קריאה און סיי ביי די הפטרה. און היות דער מנהג איז געווארן מתרגם צו זיין בלויז איינס אדער צוויי מאל אין יאר, האבן די פייטנים צוגעלייגט א 'נטילת רשות' וואס דער תורגמן זאל זאגן פארן אנהייבן זיין תרגום. דער נטילת רשות איז איינגעפירט געווארן צו זאגן דווקא אין אראמיש, וויבאלד מען גייט דאך פארזעצן מתרגם צו זיין אין אראמיש. אזוי אויך, האט מען עס איינגעפירט צו זאגן נאכן ערשטן פסוק פונעם קריאה ("בחדש השלישי"), ווייל דעמאלטס הייבט מען אן מתרגם צו זיין.
עס ווערט אנגעצייכנט אז מען געפינט נאך עטליכע אזעלכע סארט "רשות למתורגמן" אין מחזורים כתבי יד און אויך אין מחזור ויטרי.
מעשה בעל אקדמות
דער אליה רבה, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף קטן ה' שרייבט:
”נמצא נדפס בלשון אשכנז ישן נושן, מעשה באריכות דעל מה תיקנו אקדמות, וסיים שכיון המעשה היה במדבר לכן תיקנו לומר אחר במדבר סיני, זכר לנס”
די מעשה ווערט געפונען אין עטליכע גירסאות, אבער נישט אלע פון זיי בשייכות מיט א מדבר. אין יאר ש"כ איז געדרוקט געווארן אין קרימונה, און שפעטער אין פיורדא תנ"ד, די געשיכטע פונעם בעל אקדמות מיט'ן סמבטיון, וואס ווערט דערמאנט אין אליה רבה. די געשיכטע איז אז ...
אן אנדער ווערסיע ווערט געברענגט ...
רבי וואלף היידנהיים שרייבט אויף דעם: "וקלא דלא פסיק כי רב מעשהו מבא המחבר לכך. אם קבלה היא נקבל. אמנם אין ראיה ומופת ע״ז ואין משניחיןן בבת קול אמרתי איני יודע, והנחתיו[10]". און אזוי ווערט אויך געברענגט אין מחזור מטה לוי[11].
לויט די פארשידענע מסורות איבער די מקום קבורה פון רבי מאיר ש"ץ איז דאס אין קעגנזאץ פון דעם מעשה. פארט איז מעגליך אז ס'זענען עטליכע שלוחי ציבור מיט דעם זעלבן טיטל.
חשיבות
דער פיוט אקדמות איז אלע יארן באטראכט געווארן מיט גרויס חביבות, און ווערט געזאגט מיט גרויס ליבשאפט. טייל דרוקן זיך אויס אז דאס איז "דאס מערסט באוואוסטער און באליבטער פיוט". סידור היעב"ץ: "גם בעיני יקר הפיוט החשוב הלז, גם אנו אומרים אותו לפי שאדם גדול חיברו, ונאה למי שאמרו".
"דער פיוט פון ר׳ מאיר בעל הש״ץ איז פונקט אזוי גרויס ווי די פיוטים פון ד׳ אליעזר הקליר וחביריו, וואס איז געואגט נעווארן מיט רוח הקודש אין עס איז באהאלטען דערין סודות נוראים, (ילקוט הגרשוני, שו"ת שבות יעקב ח״א סי' י״ז)
ניגון
דער ניגון פון אקדמות שטאמט הויפטזעכליך פונעם מחבר אליינס, און איז פארשרייט איבעראל וואו מען זאגט דעם פיוט, דער ניגון זעלבסט דירקט זיך אויס דביקות און השתוקקות. די תנועות פונעם ניגון זענען היבש ענליך צו די טעמי המקרא, דאס פאסט אריין אינעם זאגן אינמיטן ליינען[12].
ר"נ מ'ברסלב: שבח את אקדמות מאד מאד. ואמר: שישראל מחמת שהם משוקעים ורגילים כל כך בטוב, על כן אין מרגישין כל כך את שבח מעלת גדולת השבח הקדוש הזה של אקדמות שאומרים בשבועות. ואמר: מי שיודע מעלת השיר של אקדמות עם הנגון שלו כמו שרגילין העולם לזמר אותו בנגון הידוע, הוא דבר נפלא וחדוש גדול מאד. והתחיל לומר קצת איזה תבות מאקדמות עם הנגון. ואמר שאקדמות הוא שיר של חשק
נאך
אין חב"ד זאגט מען נישט קיין אקדמות[13].
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ עס נישט קלאר די גענויע דאטומען פון די לעבן פון רבי מאיר ש"ץ. מיר זעען אז רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל, הושע ו ט, עמוס ג יב, און תהילים עג יב. אבער ער [אדער זיין רבי??? האט אים נאך געקענט ביים לעבן, זע סדור רש"י, "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק". זיין זון רבי יצחק איז אומגעקומען דורך די קרייצציגלער אין יאר ד'תתנ"ו ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא
- ↑ זע חזקוני, "בעצרת שהיא דוגמא מתן תורה ומתרגמינן הדברות". זע אויך תוספות, מגילה כד, א: "והא שאנו מתרגמין הפטרות של פסח ועצרת טפי משאר י״ט, לפי שהן מדברות בנס היום כדי לפרסם הנס, וכן במתן תורה כדי לפרסם הנס".
- ↑ רבי יעקב מולן, ספר מהרי"ל
- ↑ טירנא, רבי יצחק אייזיק, ספר המנהגים
- ↑ מחזור וורמיישא מנהג אשכנז, ה'ל"ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ ר' יהודה ליווא קיכהיים, מנהגות וורמייזא, מפעל תורת חכמי אשכנז, מכון ירושלים, תשמ"ז.
- ↑ ספר התודעה
- ↑ רבי אפרים בן יעקב, הכהן, מוילנה, שער אפרים
- ↑ טורי זהב, אורח חיים, סימן תצ"ד, סעיף ב'
- ↑ קרובות - מחזור לחג השבועות
- ↑ מחזור קרבן אהרן לשבועות
- ↑ בנימין זאב מונק - מנהל "מכון ירושלים לחזנות".
- ↑ ספר המנהגים, לוח היום יום, עמ' נט