אייוועלט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


'אידישע וועלט'(ivelt.com) איז א פארום וועבזייטל געגרינדעט געווארן דורך חסידי'שע יונגעלייט וועלכע שטרעבן צו גיין אין די ערליכע וועגן פון זייערע עלטערן און מנהיגים, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א ריין ארט וואו היימישע אידן זאלן קענען פארברענגען אויף אן ערליכן שטייגער, און צו יעדע צייט טרעפן א גוט ווארט, מיטהאלטן נייעס און אנטוויקלונגען פון ארום די וועלט, ליינען א שטיקל היסטאריע, הנאה האבן פון א זאפטיגע ארטיקל, און געפינען עצות און הילף אויף יעדן הינזיכט פונעם לעבן[1].

אייוועלט לאגא

איבערזוכט

די "אידישע וועלט פארומס" איז ערשט געגרינדעט געווארן אין יאר ה' תשס"ה, אלס א באזונדער פארום אפטיילונג, אויפ'ן היידפארק וועבזייטל, דורך א באנוצער (ניק) גערופן קרעמער[2]. אין יענע יארן זענען אמעריקאנער חסידישער יונגעלייט געווען היבש אקטיוו אויף היידפארק, בעיקר איבער די טעמעס אינערהאלב די חסידישע פאליטיק, וואס זענען געווען באזירט אויף לשון הרע און מחלוקות.








רעפערענצן