יאקאב (ליד)
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:סינגל
פאראמעטער [ יצא לאור, אורך ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
'סוג: באלעדע' אינו ערך חוקי
סינגל דורך אברהם פריד, נרננה | |
געשריבן | יום-טוב עהרליך |
---|
יאקאב איז א באלאדע אין אידיש וואס איז קאמפאזירט און געשריבן געווארן דורך ר' יום טוב ערליך. דער באלאדע דערציילט די העלדישע געשיכטע פון א ישיבה בחור יעקב פוטש וואס געפונט זיך איינער אליין און איז זיך מוסר נפש פאר אידישקייט.
די געשיכטע אינעם ליד
דאס ליד הייבט זיך אן מיט'ן שילדערן דאס ארט וואו יאקאב וויילט, א קליין קאלכאז ביים אוזבעקיסטאנער גרעניץ, מיט'ן שילדערן די נפשיות'דיגע לאגע פון יאקאב אלץ עלנדע מלחמה איבערלעבער וואס פארמאגט גארנישט און ארבעט אין פעלד, און מיט'ן שילדערן זיינע בענקעניש צו זיין פארגאנגענהייט אלץ ישיבה בחור און די גמרא און ראשונים וואס ער האט געלערנט.
אינעם צווייטן פאזע פונעם געשיכטע טוט דער קאלכאז הויפט פארשלאגן יאקאב'ן זיין טאכטער פאר א ווייב, און איז אים גרייט צו שענקען א גרויסע נדן. יאקאב זאגט דאס אפ צוליב דעם איסור צו הייראטן א גוי'טע, אבער דער קאלכאז הויפט באשליסט אויסצופירן די הייראט מיט צוואנג. אינעם נאכט ווען די הייראט האט געזאלט פארקומען, נאכ'ן ווערן לכתחילה צוגעצויגן צום הויף פון די מוזיק, אנטלויפט יאקאב מיט מסירות נפש פונעם קאלכאז, לויפנדיג אין דער פינסטער דורך די געפארפולע פעלזן און געדרייטע וועגן, צוליב זיין ערליכקייט און געטריישאפט צו תורה און מצוות. דאס ליד פירט אויס מיט א פראקלאמאציע פון מסירות נפש און הייסע אמונה:
נאר איין וועג עס האט די תורה און דאס איז דער וועג,
בעסער דא צעשמעטערט ווערן און פון תורה נישט אוועק,
נישט דא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד,
אז ער גייט נאר אין גאט'ס וועגן, גייט גאט מיט אים און ער היט.
די פולע געשיכטע
יאקאב (יעקב) פוטש איז געבוירן געווארן איז ראדזימין נעבן ווארשע, איינס פון ניין געשוויסטער און פיר יתומים וואס זיינע עלטערן האבן אדאפטירט. ביי די עלף און א האלב יאר איז ער געפארן צו דער ישיבה פון רבי אלחנן וואסערמאן אין באראנאוויטש, און נאך א תקופה איז ער אריבער קיין סטאלין וואו ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי משה פון סטאלין.
אין יאר תרצ"ט, ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר, האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט מלחמה און יאקאב איז אנטלאפן קיין ווילנע, וואו ער האט דארטן געלערנט אין א צייטווייליגע ישיבה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן, און אין שפיץ דערפון איז געשטאנען רבי אהרן קאטלער. ווען די דייטשן זענען אריין קיין ווילנע איז יאקאב אריבער קיין רוסלאנד אינאיינעם מיט א גרופע בחורים, אבער דורכאויס'ן שווערצן דער גרעניץ האט ער פארלוירן מיט זיי קאנטאקט און זיך געטראפן אליין.
ער האט פארגעזעצט אין זיין וועג אן וויסן וואו אהין ער גייט, ביז ער האט באגעגנט אן אלטער מאן וואס האט אים פארצייכנט אויף א פאפיר א מאפע פון א וועג. יאקאב איז געגאנגען לויט דער מאפע ביז ער איז אנגעקומען צו א קאלכאז. זיין האר איז זיך דערווייל צעוואקסן, און אינאיינעם מיט זיין קאשקעט האט ער נישט אויסגעזען ווי א איד. ער האט באשלאסן צו פארהוילן זיין אידישע אידענטיטעט און בלייבן וואוינען אין דארף ביז נאכ'ן מלחמה. יאקאב האט זיך איינגעגלידערט אינעם ארבעטס קראפט פון דער קאלכאז, און באקומען א טראקטאר צו ארבעטן דערמיט אין פעלד. ער האט זיך נישט גע'חבר'ט מיט זיינע גוי'שע קאלעגן, נאר זיך דערווייטערט פון זיי און געוויילט אליין און צו זיך געזינגען.
ער פלעגט ציילן די טעג און האלטן חשבון אויף די שבתים און ימים טובים, ווי אויך האט ער זיכער געמאכט נישט צו עסן קיין טריפות. ווי יעדער אינעם קאלכאז, פלעגט ער יעדן טאג באקומען א קארטל מיט וואס ער האט געקענט גיין אפנעמען א פארציע עסן, אבער ער האט עס נישט געניצט וויבאלד עס איז געווען טריפות, נאר אוועקגעלייגט ביי זיך. איין נאכט איז ער אריבערגערופן געווארן צום קאלכאז הויפט, וואס האט פאר אים פארגעשלאגן זיין טאכטער פאר א שידוך, צוזאגנדיג דערביי א גרויסע נדן. יאקאב האט נישט מסכים געווען צום שידוך, אבער דער קאלכאז הויפט האט שוין געמאכט פלענער פאר א גרויסע סעודה צומארגנס, וואו מען וועט שליסן דעם שידוך, אפילו מיט געוואלד. צומארגנס פארנאכטס איז יאקאב געזעצן אויפ'ן טראקטאר, ווען ער האט געהערט די מוזיק פון די סעודה, וואו מען פירט די באצירטע כלה. יאקאב איז געווארן אנגערייצט יא איינצוגיין אויפ'ן פארשלאג, און ער האט אנגעהויבן צו גיין צום זאל, קלערנדיג פון פלענער ווי אזוי צו נעמען דאס געלט און זיך שפעטער ארויסדרייען. שטייענדיג ביים טיר האט יאקאב'ן געכאפט א התעוררות, זיך דערמאנענדיג פונעם גמרא און פון זיין פארגאנגענהייט. ער האט געכאפט זיין געפעק און אנגעהויבן אנטלויפן פון דארט אריין אין וואלד, צווישן געפארפולע אפגרונדן.
יאקאב איז געשלאפן אין וואלד יענע נאכט, און צופרי איז אנגעקומען א קליינער העליקאפטער וואס פלעגט ברענגען עסן צום דארף איינמאל א חודש. יאקאב האט גענומען די עסן־קארטלעך וואס ער האט אנגעזאמלט נישט וועלנדיג עסן טריפות, און דערמיט אונטערגעשמירט דעם פילאט ער זאל אים אוועק פירן פון דארט. יאקאב איז אנגעקומען קיין סאמארקאנד אין בוכארא, וואו ער האט באגעגנט ר' יום טוב ערליך וואס האט אים אריינגענומען אין שטוב און זיך געזארגט פאר זיינע געברויכן.
נאך א תקופה זענען יאקאב און ר' יום טוב אריבער קיין פאריז, פראנקרייך, וואו יאקאב האט חתונה געהאט מיט א מלחמה איבערלעבערין וואס איז אריבער אוישוויץ. ר' יום טוב ערליך האט לכבוד דעם חתונה פארפאסט אין געשריבן דעם ליד, און עס פארגעזינגען ביים חתונה.
די מעלאדיע פונעם ליד
דער ליד הייבט זיך אן אויפ'ן שטייגער פריגיש אויף א רע, אין א חזנ'ישע רעציטאציע וואס ווערט געזינגען צוויי מאל. דער צווייטע פאל ("זיצט אויף דער טראקטאר"), וואס ווערט געזינגען צוויי מאל, גייט אריבער צו א הארמאנישע מינאר אויף א סאָל, און ביים אנהייב פונעם דריטן פאל ("און קיינער אין דארף") גייט עס אוועק פונעם שטייגער אריבער צו דער מי שברך שטייגער, און שפעטער צוריק צום אריגענעלעם שטייגער. דער פערטע פאל איז מער ריטמיש, און גייט אויך אראפ פונעם שטייגער עטליכע מאל. דערנאך גייט דער ליד אריבער פון א 3/4 צו א 4/4, צו א לוסטיגע ריטמישע פאל אויף א מאזשאר סאָל ("שבת ביי די טיי הויז"). דערנאך קומט א פרישע דראמאטישע רעציטאציע אויף א פריגיש אויף סאָל און מינאר אויף דאָ ("יאקאב זיצט די קאפ געבויגן"). דערנאך גייען איבער אלע פעלער פונעם ליד (אויסער דעם ערשטן רעציטאציע) ביז דער צווייטן רעציטאציע וואס שליסט דעם ליד.
אויפשפילונג
דער ליד איז צוערשט געזינגען געווארן דורך ר' יום טוב ערליך ביים חתונה פון יאקאב, און שפעטער האט ער עס ארויף געלייגט אויף זיין רעקארד "תורה". נאך ר' יום טוב ערליך'ס פטירה איז דער ליד געווארן זייער פאפולער אין יאר תשנ"ב דורך אברהם פריד וואס האט עס געזינגען אויף זיין אלבאם "אידישע אוצרות" אין אידיש, און אויף זיין אלבאם "אוצרות יהודיים" אין א העברעאישן פרייע איבערזעצונג.
נאך פיר און צוואנציג יאר איז עס ארויפגעלייגט געווארן אויף יוטוב דורך גל-פז, און ביי טבת תשפ"א איז עס שוין איבער 120,000 מאל געקוקט געווארן.
דער ליד איז אויך אויף ירמיה דמן'ס אלבאם "ערליכע ניגונים".
אום טבת תשפ"א האט אברהם פריד פארעפנטליכט א פרישע אויפשפילונג אויף א קליפ, וואס איז פילמירט געווארן אין קאסטא ריקא, און שילדערט די געשיכטע מיט פארשידענע עפקטן: ביי טייל שפילט פריד אליין יאקאב'ס ראלע, ביי טייל ווערן די צענעס געמאלן דורך אהרן זהב בערנשטיין, סיי אויף פאפיר און סיי אויף זאמד[1]. דער ליד זינגט פריד אין אידיש באגלייט דורך דער נרננה כאר, ווען אינעם הונטערגרונט שטייען די ווערטער פונעם איבערזעצונג אין עברית, אויך ווי דער באדייט איז נישט גענוי דער זעלבע.
אין איין וואך איז דער קליפ געקוקט געווארן איבער 100 טויזנט מאל.
אויף פסח תשפ"א אין ראמען פון א פראיעקט "שיר אחד" פון דער משפחה מאגאזין, האט אברהם פריד אויסגעקליבן דעם ליד אלץ דער "שיר השירים" זיינס.
קישורים חיצוניים
- יאקאב, דורך יום-טוב עהרליך אויף יוטיוב
- יאקוב - יעקב, דורך אברהם פריד אויף יוטיוב
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יוטיוב
פאראמעטער [ קליפ ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יאקאב המחודש, דורך אברהם פריד און מקהלת נרננה אויף יוטיוב- פריד השיר יעקב של אברהם פריד בסרט אויף יוטיוב
- די ווערטער פונעם ליד, מיט בילדער פון יעקב פוטש, אויף "פוטש הפקות" וועבזייטל.
- הסיפור האמיתי מאחורי השיר המיתולוגי "יאקוב" אויף "פוטש הפקות" וועבזייטל.
רעפרענצן
- ↑ ישראל רוזן: אברהם פריד ו'נרננה' מחדשים את "יאקאב" אויף המחדש וועבזייטל.