רוי:זאקארפאטיע גובערניע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
זאַקאַרפאַטיע (גובערניע)
Закарпатська область
[[טעקע:{{#אייגנשאפט:|פאן =#אייגנשאפט:|בילד= Rakhiv.jpg}}|90px]]
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גובערנאַטאָר גענאדי מוסקאל
שטח 12,777 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין גובערניע
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

1,241,887‏  (שטייענדיג 2006)
97.2 באוואוינער א ק"מ2 
http://www.carpathia.gov.ua
Zakarpattia in Ukraine.svg
ראיאנען אין זאקארפאטיע גובערניע

זאקארפאטיע גובערניע (אוקראיניש: Закарпатська область, זאַקאַרפאַטסקאַ אבלאַסט) איז אן אבלאסט (גובערניע) פון דרום־מערב אוקראינע, וואס באדעקט דעם שטח פונעם היסטארישן ראיאן קארפאטארוס. די הויפטשטאט פון דער גובערניע איז אונגוואר. אנדערע וויכטיגע שטעט אין דער גובערניע זענען מונקאטש, חוסט, בערעגסאז און טשאפ.

די גובערניע באדעקט א שטח פון בערך 12,800 קוואדראט קילאמעטער (23סטע אין אוקראינע לויטן שטח) און איז די 15טע גרעסטע גובערניע לויט באפעלקערונג מיט 1,254,614 איינוואוינער (2001 צענזוס פון אוקראינע).

די גובערניע געפינט זיך אין די קארפאטישע בערג, און גרעניצט די פיר לענדער פוילן, סלאוואקיי, אונגארן און רומעניע.

היסטאריע

פון 896 איז די געגנט געווען אן טייל פונעם קעניגרייך פון אונגארן, און דערפאר איז געווארן א טייל פון דער עסטרייכע אימפעריע ביז 1918. אין 1919 איז זי געווארן אנעקסירט צו טשעכאסלאוואקיי ביי דער פאריזער שלום קאנפערענץ.

די הויפט אידישע קהילות אין דעם געגנט זענען געווען אין מונקאטש, אונגוואר און חוסט. ביי דער דייטשער אקופאציע (מערץ 1944 - דעצעמבער 1944) האט מען פארטריבן כמעט די גאנצע באפעלקערונג; ווייניג פון זיי האבן איבערגעלעבט דעם חורבן.

די גובערניע איז געשאפן געווארן דעם 22סטן יאנואר, 1946, נאך ווען טשעכאסלאוואקיי האט אפגעטרעטן קארפאטארוס צו דער אוקראינישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק, א טייל פונעם ראטן פארבאנד

ווען דער ראטן פארבאנד איז איינגעפאלן אין 1991, איז זאקארפאטיע גובערניע געווארן א טייל פון דער אומאפהענגיגער אוקראינע.

שטעט אין זאקארפאטיע גובערניע

שטעטלעך אין זאקארפאטיע גובערניע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!