רוי:אהרן לעבעדאוו

פון המכלול
ווערסיע פון 13:35, 1 פעברואר 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען דאפלטע קאטעגאריע, צוגעלייגט דעסקריפציע, נאך ענדערונגען)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Aaron-lebedeff-litvisher-yankee.jpg

אהרן לעבעדאוו (1873-1960) איז געווען א זינגער און אן אקטיאר.

ער איז געבוירן געווארן אין 1873 אין האמל, ווייסרוסלאנד. צוערשט האט ער געזונגען אין אפערעטעס. ווען ער האט אנגעהויבן שפילן אין ווארשע, איז ער באקאנט געווארן ווי "דער ליטווישער קאמיקער".

דאס ליד "רומעניע, רומעניע", האט ער פארפאסט און בארימט געמאכט. ער איז אפטמאל באצייכנט געווארן ווי "דער אייביגער יוגנטליכער".

אין 1920 האט ער אנגעפאנגען שפילן אויף "דער צווייטער עוועניו" אין ניו יארק אין בינע-פיעסעס אין "נאציאנאל-טעאטער" אונטער דער אנפירונג פון יודישן אימפרעסאריא באריס טאמאשעווסקי. ער איז ארויסגעטראטן די קומענדיגע זעכצן סעזאנען אין פארשטעלונגען אויף דער צווייטער עוועניו.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!