רוי:אהרן לעבעדאוו
געבורט |
1873 האמל, ווייסרוסלאנד |
---|---|
פטירה | 1960 (אלט: 87 בערך) |
פאך | זינגער, אקטיאר |
אהרן לעבעדאוו (1873-1960) איז געווען א זינגער און אן אקטיאר.
ער איז געבוירן געווארן אין 1873 אין האמל, ווייסרוסלאנד. ווען ער האט אנגעהויבן שפילן אין ווארשע, איז ער באקאנט געווארן ווי "דער ליטווישער קאמיקער".
דאס באקאנטע ליד "רומעניע, רומעניע", האט ער פארפאסט און בארימט געמאכט. ער איז אפטמאל באצייכנט געווארן ווי "דער אייביגער יוגנטליכער".
אין 1920 האט ער אנגעפאנגען שפילן אויף "דער צווייטער עוועניו" אין ניו יארק אין "נאציאנאל-טעאטער" אונטער דער אנפירונג פון באריס טאמאשעווסקי. ער איז ארויסגעטראטן די קומענדיגע זעכצן סעזאנען אין פארשטעלונגען אויף דער צווייטער עוועניו.
ער איז געשטארבן נאוועמבער 8, 1960, און איז באערדיגט געווארן אין בית הקברות מאונט חברון אין קווינס, ניו יארק.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!