רוי:ישיבת בית יוסף (געיטסהעד)
די ישיבת בית יוסף אין גייטסהעד, באקאנט ווי די גייטסהעדער ישיבה, איז א ישיבה גדולה אין דער שטאט גייטסהעד, ענגלאנד. זי איז די גרעסטע ישיבה אין אייראפע וואס האט גרויסן פרעסטיזש ביים עולם.
היסטאריע
די ישיבה האט מען אויפגעשטעלט אין תרפ"ט. אין די ערשטע יארן האט די ישיבה געלערנט אין דער שול פון דער גייטסהעדער קהילה (די בליכערנע שול).[1] אין די יארן פון חורבן אייראפע האט די ישיבה געדינט ווי א שוצארט פאר הונדערטער בחורים פון דייטשלאנד און אנדערע לענדער וואס האבן באקומען אויטאריזאציע צו קומען וואוינען אין בריטאניע צוליב די פאדערונגען פון דער ישיבה.
דער גייטסהעדער שוחט, ר' דוד דרייאן, האט שטארק געוואלט אויפשטעלן א ישיבה אין דער שטאט. צוליב דעם האט ער געבעטן פונעם "חפץ חיים" אז ער זאל שיקן פון זיינע תלמידים צו פירן די ישיבה. דער חפץ חיים האט טאקע געשיקט צוויי פון זיינע בחורים, רבי נחמן לאנדינסקי, וואס איז געווארן דער ערשטער ראש ישיבה, און רבי אליעזר קאהאן, וואס איז געווארן דער ערשטער מנהל רוחני. זיי ביידע זענען געווען נאווהארדאקער בחורים, און זיי האבן אויפגעשטעלט די ישיבה אויפן נאווהארדאקער שטייגער, מיטן נאמען "ישיבת בית יוסף" אזוי ווי אלע נאווהארדאקער ישיבות.
נאכדעם וואס רבי לאנדינסקי איז אריבער אין די פאראייניגטע שטאטן, האט מען אויפגענומען די צוויי שוואגערס רבי לייב גורוויץ און רבי לייב לאפיאן צו פירן די ישיבה.
אין תש"ז (1947) האט מען באשטימט רבי משה שוואב צו ווערן משגיח רוחני פון דער ישיבה, ווען ער איז געווען אלט 30 יאר. שפעטער האט מען אויפגענומען רבי מתתיהו סאלאמאן, צו ווערן צווייטער משגיח. נאך רבי משה'ס פטירה איז ער געווארן משגיח. דער היינטיגער משגיח איז רבי מרדכי יוסף קארנאווסקי, און דער צווייטער משגיח איז רבי גרשון מילער.
אין תשע"א האבן געלערנט אין דער ישיבה עטליכע 350 תלמידים, דער גרעסטער טייל פון זיי זענען פון ענגלאנד, די אנדערע פון אייראפע, די פאראייניגטע שטאטן און ארץ ישראל, אויך לערנען אין דער ישיבה תלמידים פון צפון אפריקע, דרום אפריקע, דרום אמעריקע און אויסטראליע.
הנהלה
די היינטיגע הנהלה איז:
- רבי אברהם גורוויץ, ראש ישיבה (האט געלערנט אין גייטסהעד און אין בריסק)
- רבי עזריאל ראזנבוים, מגיד שיעור
- רבי יוסף אהרן אפנהיימער, מגיד שיעור (האט געלערנט אין גייטסהעד)
- רבי חיים עוזר גורוויץ
- רבי מרדכי יוסף קארנאווסקי, הויפט משגיח
- רבי גרשון מילער, צווייטער משגיח
- רבי אליהו גורוויץ, זון פון רבי אברהם און איידעם ביי רבי בערל פאווארסקי ראש ישיבה אין פאנאוועזש
אויך זענען ר"מים:
- רבי ש ר ליבערמען
- רבי יעקב יצחק ראזנבוים
- רבי שמעון נתן גרון
- רבי שמחה פעלד
געוועזענע הנהלה
די פריערדיגע ראש ישיבות זענען:
- רבי נחמן דוד לאנדינסקי
- רבי לייב גורוויץ, מחבר פון "ראשי שערים"
- רבי לייב לאפיאן (נפ' ז' אלול תשל"ט), מחבר פון "נאות אריה"
די פריערדיגע משגיחים זענען געווען:
- רבי משה שוואב (האט געלערנט אין מיר)
- רבי מתתיהו סאלאמאן (היינט משגיח אין לעיקוואד)
געוועזענע מנהלים:
- רבי חזקיהו אליעזר קאהאן, מחבר פון "נחלת אליעזר"
- רבי זאב כהן
נאך רבי אליעזר'ס פטירה, האט מען באשטימט זיין איידעם רבי זאב כהן, א ר"מ אין דער ישיבה, צו ווערן מנהל-רוחני אין זיין ארט.
ישיבה-גראַדואַנטן
- הרב ברוך הורוויץ, גרינדער פון דער ישיבה דבר ירושלים
- הרב אשר יעקב וועסטהיים פון מאנטשעסטער
- הרב גרשון לאפיאן, רב אין עדזשווער, לאנדאן
- רבי דניאל לאפין
- הרב חיים פעלדמאן, רב פונעם גאלדערס גרין בית המדרש
- רבי חנוך ערנטרוי, ראש בית דין פון לאנדאנער בית דין
- הרב יונתן אברהם פון דעם לאנדאנער בית דין
- הרב רבי יעקב משה הלל, ראש ישיבה פון אהבת שלום
- רבי יצחק טוביה ווייס, גאב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים
- הרב כתריאל דוד קאפלין, לאנדאנער בית דין און ישיבת תורת חכם
- הרב משה אריה באמבערגער פון מעץ
- משה רייכמאן, קאנאדישער אנטוויקלער פון אומבאוועגליכע גוטער אין טאראנטא
- רבי פסח אליהו פאלק, פוסק, מחבר פון "עוז והדר לבושה"
- הרב אברהם יונה שווארץ, רב אין וויען, עסטרייך
רעפערענצן
- ↑ משה פראגער, גייטסהד, מבצר התורה באירופה שלאחר השואה, בית יעקב
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!