רוי:רבי אברהם גורוויץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם גורוויץ
אמטן ראש ישיבה אין געיטסהעד

רבי אברהם גורוויץ (ענגליש: Avrohom Gurwicz) איז אן ענגלאנד־געבוירענער תלמיד חכם און זייט תשמ"ג ראש ישיבה פון דער געיטסהעדער ישיבה. ער האט דעם גרעסטן שיעור אין גאנץ אייראפע מיט עטליכע 250 בחורים.

ביאגראפיע

הרב גורוויץ איז דער צווייטער זון פון הרב לייב גורוויץ, דער פריערדיגער ראש ישיבה אין געיטסהעד, און אן אייניקל פון רבי אליהו לאפיאן, ראש ישיבה פון עץ חיים אין לאנדאן און משגיח אין כפר חסידים. ער איז אן אייניקל פון ווילנער גאון דורך מרת רייכל, די מוטער פון הרב לייב גורוויץ.


רבי אברהם גורוויץ האט געהייראט זיין שוועסטער־קינד, שרה לאפיאן, טאכטער פון זיין פעטער הרב לייב לאפיאן און זיין פרוי ציפא.[1] ער איז א שוואגער (דורך זיין שוועסטער שרה לאה, נפטר געווארן תשע"ה) צו זיין שוועסטער־קינד רבי צבי קושעלעווסקי, ראש ישיבה פון היכל התורה ישיבה אין ירושלים.[2] איינער פון זיינע איידעמער איז הרב ניסן קאפלאן, א מגיד שיעור אין דער מירער ישיבה אין ירושלים און רב פון קהילת גבעת המבתר.[3][4] זיין זון רבי אליהו גורוויץ איז א שואל ומשיב אין געיטסהעד.

ספרים

  • ענפי ארץ, 4 בענדער אויף סוגיות אין ש"ס און אויף חומש.
  • וענפיה ארזי אל אויף חומש און ימים טובים
  • לקט הערות, זיינע שיעורים אין דער ישיבה.

רעפערענצן

  1. Yated Ne'eman staff. Rebbetzin Tziporah Lopian, Gateshead. Dei'ah VeDibur. דערגרייכט דעם ‏9טן יאנואר 2011.
  2. Farnell, Ashley (‏15טן נאוועמבער 2006). Newcastle Upon Tyne. Orthodox Union.
  3. Bernstein, Dovid. Harav Nissin Kaplan in Los Angeles. matzav.com.
  4. Sparks from the Mir. Daf Yomi Review (2010).

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!