רוי:רבי חיים אבולעפיא (צווייטער)

פון המכלול
ווערסיע פון 09:12, 10 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. החלפות (וו, אידן), צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, צוגעלייגט דעסקריפציע, פארברייטערט, הגהה, אויסשטעל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי חיים אבולעפיא דער צווייטער (ה'ת"כ, 1660ו' ניסן ה'תק"ד, 1744) איז געווען א ספרד'ישער רב, שד"ר, און שטאטסמאן פון ארץ ישראל, פון די באנייער פון אידישן ישוב אין טבריה.

ביאגראפיע

צוערשט איז ער געווען רב אין איזמיר אין קליין אזיע, וואו ער האָט געהאַט א גרויסע ישיבה און ערצויגן א סך תלמידים. דאָרט האָט ער אויך מחבר געווען זיינע שפּעטער בארימטע ספרים "מקרא קודש", "ישרש יעקב", "עץ החיים", "יוסף לקח", "שבות יעקב" אויף הלכות און אגדות.

אין יאָר 1740 (ה'ת"ק) איז ער געווארן איינגעלאדנט אלס רב אין ארץ-ישראל אין דער שטאָט טבריה. רבי חיים אבולעפיא האָט אסאך ארויסגעהאָלפן צו דער אנטוויקלונג פון אידישן ישוב אין טבריה. ער האָט געזאמלט געלט און אויפגעשטעלט הייזער און א שול, ברוקירט די גאסן, און ער איז געווען פון די ערשטע וואָס האָבן געקויפט פעלדער אין דער אומגעגנט פון דער שטאָט, כדי אידן זאָלן זיך באשעפטיגן מיט ערד-ארבעט.

רבי חיים אבולעפיא איז נפטר געווארן אין יאָר 1744 (ה'תק"ד), זיין קבר איז אין אלטן בית החיים פון טבריה.


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!