רוי:רבי מרדכי דוד הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 13:00, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[משה אונגאר" ב־"[[רבי משה אונגאר")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מרדכי דוד הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ו - ה'תש"ב), רב אין אלפין און אולינוב.

אפשטאם

רבי מרדכי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ו, צו זיין פאטער הרב חיים יעקב הורוויץ, א זון פון הרב חנינא הורוויץ, רב אין אולינוב, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון רבי מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רחמה א טאכטער פון הרב רבי משה אונגאר, אן איידעם פון הרב רבי חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.

רבנות

פון יאר ה'תרמ"ו איז רבי מרדכי דוד געווען רב אין אלפין, נאך די ערשטע וועלט קריג איז ער געווארן רב אין אולינוב. ער איז געווען א אויסנאם פלאסיגער מענטש, ער איז אויפגעשטאנען אין מיטען נאכט און געלערנט עטליכע שטונדען נאכאנאנד.

הסתלקות

רבי מרדכי דוד איז אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.

פאמיליע

רבי מרדכי דוד האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב אליעזר ירוחם באראן, אן איידעם פון הרב רבי חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. מען דערציילט אויף איר, אז זי האט איינמאל געפרעגט איר זיידען דעם דברי חיים פסח ביים סדר ווער איז דאס איצטער אריין געקומען!! זייערע קינדער:

  • מרת שיינדל מרים די ווייב פון הרב לייביש האלבערשטאם.
  • מרת ייטלא די ווייב פון הרב מאיר אונגאר, רב אין ראדלאוו.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!