רוי:רבי אברהם שמחה הורוויץ
רבי אברהם שמחה הורוויץ זצ"ל (אלול ה'תר"ו - ט"ו אדר א' ה'תרע"ו), רב אין בארניוו.
אפשטאם
רבי אברהם שמחה איז געבוירן מיט א ברכה פון רבי הערשעלע רימאנאווער אין יאר ה'תר"ו, צו זיין פאטער הרב ישראל הורוויץ רב אין בארניוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער ביילא א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ, (דער ערשטער) רב אין לינסק.
רבנות
אין יאר ה'תר"ל נאך די פטירה פון זיין פאטער איז רבי אברהם שמחה, אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר, געווארן רב אין בארניוו אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
רבי אברהם שמחה איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכט'ס ט"ו אדר א' ה'תרע"ו, מוצאי שבת האט מען אים געלייגט אין הר הזיתים, לעבן זיין ידיד הרב נפתלי חיים הורוויץ דער וואָנדער רבי. זיין צווייטע ווייב מרת פייגא איז נפטר געווארן י"א תמוז ה'תרע"ו, אין ליגט אויך אין הר הזיתים.
פאמיליע
רבי אברהם שמחה האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מרדכי צבי הירש וויינבערגער פון דוקלא. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב צבי הירש שטיין. זיינע קינדער:
- הרב יעקב יצחק הורוויץ[1] (ה'תרכ"ד - שביעי של פסח כ"א ניסן אין יאר ה'תרצ"ד (אומגעפער) ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בארניוו.
- הרב אלטער אליעזר הורוויץ הי"ד ( - כ"ט חשון ה'תש"ג), רב אין ריגליץ.
- מרת ברכה [2], די ווייב פון הרב מרדכי שפירא, רב אין בערטש.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!