רוי:רבי ברוך האגער (סערעט)

פון המכלול
ווערסיע פון 19:41, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[מאיר הורוויץ" ב־"[[רבי מאיר הורוויץ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ברוך האגער
געבורט ה'תרנ"ה 1895
וויזשניץ, עסטרייך אונגארישע אימפעריע
פטירה ב' חשוון ה'תשכ"ד
2טן אקטאבער 1963 (אלט 68 יאר)
חיפה, ישראל
כינוי מקור ברוך
מקום קבורה שומרי שבת בית החיים
טעטיגקייט אָרט חיפה
דינאסטיע סערעט וויזשניץ
1'טער סערעט וויזשניץ'ער רבי

רבי ברוך האגער זצ"ל (ה'תרנ"ה - ב' חשוון ה'תשכ"ד), פון סערעט, באקאנט מיט דעם נאמען "דער מקור ברוך", איז געווען דער סערעטער רב און דער גרינדער פונעם סערטער צווייג פון וויזשניץ.

אפשטאם

רבי ברוך איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ה, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת מרת הינדא א טאכטער פון הרב רבי מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזר'ל דזשיקאווער", א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

מען האט אים א נאמען געגעבן 'ברוך' נאך זיין זיידן דעם אמרי ברוך.[1]

רבנות

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט "ער איז א חכם מחוכם, ווען איך דארף אן עצה שמועס איך מיך איבער מיט אים".

אין יאר ה'תרפ"ג איז רבי ברוך געווארן רב אין פוליען, מארמאראש, און אין יאר ה'תרפ"ח איז רבי ברוך געווארן רב אין קאצמאן. אין יאר ה'תרצ"ו האט מען אים אויפגענומען רב אין סערעט. ער איז געווען דער לעצטער סערעטער רב, איידער מען האט פארטריבן אלע אידן פון דער שטאט.

נאך דעם חורבן אייראפע אין יאר ה'תש"ז איז רבי ברוך ארויף קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין חיפה. און אין יאר ה'תשי"ד האט ער אויפגעשטעלט דארט זיין שטעטל "משכן ישראל רמת וויזניץ", מיט א שול מקור ברוך און א ישיבה יחל ישראל.

רבי ברוך איז געווען פון די פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה, און פון די גרינדערס פון חינוך עצמאי.

הסתלקות

רבי ברוך איז נפטר געווארן זונטאג ב' חשוון ה'תשכ"ד, און ער ליגט אין בית החיים פון זכרון מאיר בני ברק, נעבן זיין פאטער אין "אוהל אדמו"רי וויזשניץ".

פאמיליע

רבי ברוך האט געהייראט בזיווג ראשון העני רוקח, א טאכטער פונעם בעלזער רב, הרב ישכר דוב רוקח.[1] זייער זון:

  • הרב מיכאל האגער.

בזיווג שני האט רבי ברוך געהייראט מרת צירל ( - ה' אייר ה'תשל"ד), א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת. זייערע קינדער:

  • הרב משה האגער (נפ' תשנ"ט), ראש ישיבה פון יחל ישראל אין חיפה.

זיינע ספרים

  • מקור ברוך

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. 1.0 1.1 יוסף טירר. צדיק ופעלו.
פריערדיגער:
ערשטער
אדמו"ר פון סערעט–וויזשניץ
תשי"ד – תשכ"ד
""מקור ברוך""
נאָכפאלגער:
רבי אליעזר האגער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!