רוי:וואלאזשינער ישיבה
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
די וואלאזשינער ישיבה (אפיציעל ישיבת עץ חיים) איז געווען די "מוטער ישיבה" פון די ליטווישע ישיבות. זי איז געגרינדערט געווארן אין 1802 אינעם שטעטל וואלאזשין, מינסקער גובערניע, ליטא (היינט בעלארוס), רוסלענדישע אימפעריע, דורך רבי חיים וואלאזשינער. די ישיבה האט זיך ביז די רוסישער רעגירונג האט זי פארמאכט מיט דער טענה אז מען זאל לערנען רוב פון טאג לימודי חול.
נאך ר' חיים איז געווארן דער ראש ישיבה זיין זון ר' יצחק.
אין 1895 האט רבי רפאל שפירא געעפנט די ישיבה פונדאסניי, ביזן צווייטן וועלט קריג.
תלמידים פון דער ישיבה
פון די בארימטע תלמידים פון דער וואלאזשינער ישיבה זענען:
- הרב איסר יהודה אונטערמאן, הויפט רב פון מדינת ישראל
- הרב חנוך אייגעש פון ווילנע - מחבר פון "מרחשת", אומגעקומען אינעם חורבן.
- הרב רבי זעליג ראובן בענגיס גאב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים.
- הרב מאיר בערלין - זון פונעם נצי"ב.
- הרב חיים עוזר גראדזענסקי - מחבר שו"ת "אחיעזר", פון די גרעסטע פוסקים אין זיין דור.
- רבי שמואל יצחק הילמאן - דיין אין דעם לאנדאנער בית דין, מחבר פון "אור הישר"
- הרב מלכיאל צבי הלוי טענענבוים - לאמזשער רב און מחבר שו"ת "דברי מלכיאל".
- הרב יעקב יוסף, הויפט רב פון ניו יארק
- רבי חיים מרדכי כ"ץ, ראש ישיבה פון דער טעלזשער ישיבה אין קליוולאנד
- הרב אברהם דוב כהנא שפירא - לעצטער קאוונער רב.
- הרב ברוך בער לייבאוויץ, ראש ישיבה פון "כנסת בית יצחק" אין קאמעניץ.
- רבי אריה לעווין, דער ירושלימער צדיק
- הרב שמואל מאהליווער - איינער פון די גרינדער פון דער "חיבת ציון" באוועגונג
- רבי איסר זלמן מעלצער - ראש ישיבה פון ישיבת עץ חיים אין ירושלים, מחבר פון "אבן האזל" אויפן רמב"ם.
- הרב רבי חיים סאלאווייטשיק פון בריסק - ער איז געווען א מגיד שיעור אין דער ישיבה
- הרב יוסף זונדל סאלאנטער - גרינדער פון דער מוסר באוועגונג און דער רבי פון רבי ישראל סאלאנטער.
- הרב שמואל סאלאנט - מו"ץ און פירער פון דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים דורכאויס 44 שנים, און אב"ד 30 יאר.
- רבי ברוך הלוי עפשטיין - מחבר פון "תורה תמימה" און "מקור ברוך", זון פון הרב יחיאל מיכל עפשטיין, נאווהארדאקער רב
- רבי משה מרדכי עפשטיין - ראש ישיבה פון דער חברונער ישיבה
- הרב שלמה חיים פאלאטשיק -דער "מייטשעטער עילוי". געווען ראש ישיבה אין די פאראייניגטע שטאטן.
- נחומקע קאפלאן - דעם חפץ חיים'ס רבי.
- הרב הרב אברהם יצחק הכהן קוק - געלערנט אין וואלאזשין אנדערט האלב יאר, געווען רב פון יפו, רב פון ירושלים, הויפט רב פון א"י און ראש ישיבה פון מרכז הרב
- רבי יצחק אייזיק הלוי ראבינאוויטש - מחבר פון "דורות הראשונים" און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל
- הרב יצחק יעקב ריינעס - גרינדער פון דער "מזרחי" באוועגונג
- הרב שמעון שקאפ - מחבר פון "שערי יושר"
- רבי רפאל שפירא
- זאב קלונימוס וויסאצקי - האט אויפגעשטעלט די וויסאצקי טיי פירמע.
- דער דיכטער חיים נחמן ביאליק - האט געלערנט איין יאר אין וואלאזשין.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!