רוי:רבי יצחק פרידמאן (באהוש, ערשטער)

פון המכלול
ווערסיע פון 19:21, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[שלום שכנא פון פראהבישט" ב־"[[רבי שלום שכנא פון פראהבישט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק פרידמאן זצ"ל (דער ערשטער) (ה' אלול ה'תקצ"ה - י' אלול ה'תרנ"ו) פון באהוש.

אפשטאם

רבי יצחק איז געבוירן ה' אלול [1] ה'תקצ"ה, צו זיין פאטער הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת בלומא רייזל [2], א טאכטער פון הרב דן יונגערלייב, פון ראדוויל.

רבנות

רבי יצחק האט ערשט געוואוינט אין פאטיק, אין יאר ה'תרט"ז איז ער אריבער קיין איזמאיל, בסרביה, עטליכע יאר שפעטער האט ער זיך באזעצט אין באהוש, מאלדאוויע. רבי יצחק האט דארט געגרינדעט א חסידיש הויף, וואו טויזנטער חסידים האבן זיך אנגעקלעבט אין אים.

הסתלקות

רבי יצחק איז נפטר געווארן י' אלול ה'תרנ"ו, און ליגט אין באהוש.

פאמיליע

רבי יצחק האט געהייראט אין יאר ה'תרי"א, מרת שיינא רחל ( - ט' אדר א' ה'תרע"ג) א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו, א זון פון אהבת שלום פון קאסאוו. זייערע קינדער:

  • מרת יוכבד, די ווייב פון הרב משה טווערסקי, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון רחמיסטריווקא.
  • מרת ברכה ( - כ' טבת ה'תרפ"ג) זי ליגט אין קיעוו, די ווייב פון הרב אהרן טווערסקי ( - כ' מנחם אב ה'תרע"ח אדער ה'תרע"ט), פון סקווירא, א זון פון הרב דוד טווערסקי פון סקווירא, ער ליגט אין קיעוו. זייערע קינדער:
    • הילד שלום יוסף טווערסקי. . הילד ישראל טווערסקי. . הילד אברהם טווערסקי, אלע דריי אוועק אין יאר ה'תר"פ.
    • הבחור מנחם נחום טווערסקי הי"ד.
    • ר שלמה טווערסקי.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (26)
  1. נר ישראל. א.ל.ג. ה' כסלו
  2. נר ישראל. א.ל.ג. רויזא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!