רוי:רבי יצחק פרידמאן (באהוש, ערשטער)
רבי יצחק פרידמאן זצ"ל (דער ערשטער) (ה' אלול ה'תקצ"ה - י' אלול ה'תרנ"ו) פון באהוש.
אפשטאם
רבי יצחק איז געבוירן ה' אלול [1] ה'תקצ"ה, צו זיין פאטער הרב רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת בלומא רייזל [2], א טאכטער פון הרב דן יונגערלייב, פון ראדוויל.
רבנות
רבי יצחק האט ערשט געוואוינט אין פאטיק, אין יאר ה'תרט"ז איז ער אריבער קיין איזמאיל, בסרביה, עטליכע יאר שפעטער האט ער זיך באזעצט אין באהוש, מאלדאוויע. רבי יצחק האט דארט געגרינדעט א חסידיש הויף, וואו טויזנטער חסידים האבן זיך אנגעקלעבט אין אים.
הסתלקות
רבי יצחק איז נפטר געווארן י' אלול ה'תרנ"ו, און ליגט אין באהוש.
פאמיליע
רבי יצחק האט געהייראט אין יאר ה'תרי"א, מרת שיינא רחל ( - ט' אדר א' ה'תרע"ג) א טאכטער פון הרב רבי דוד האגער פון זאבלאטאוו, א זון פון אהבת שלום פון קאסוב. זייערע קינדער:
- הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן (י"ג תשרי ה'תרט"ז - כ"ג ניסן ה'תרפ"ג), ממלא מקום פון פאטער, רבי אין באהוש.
- הרב רבי דוד פרידמאן (ה'תרכ"ד - ה' שבט ה'תרמ"ט), ער ליגט אין באהוש.
- הרב רבי משה יהודה לייב פרידמאן (חמשה עשר בשבט ה'תרכ"ה - י' אלול ה'תש"ז), פון פאשקאן, ער ליגט אין באהוש.
- הרב יעקב פרידמאן (כ"ה חשוון ה'תרל"ט - י"ח חשוון ה'תשי"ז), פון הוסיאטין און תל אביב, ער ליגט אין טבריה.
- מרת אסתר ( - ה' טבת ה'תרמ"א), די ווייב פון הרב ישראל פרידמאן (כ' שבט ה'תרי"ב - י"ג תשרי ה'תרס"ז), פון סאדיגורא.
- מרת חנה שרה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא (ה'תרט"ז (אומגעפער) - ה'תרל"ג (אומגעפער) )פון גראדזיסק. בזיווג שני די ווייב פון הרב שלום הלפרין (חמשה עשר בשבט ה'תרט"ז - כ"ד מנחם אב ה'תרצ"ט), פון וואסלוי (חסידות).
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב משה טווערסקי, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון רחמיסטריווקא.
- מרת פעסיא לאה, די ווייב פון הרב חיים האגער (כ"ג אייר ה'תרכ"ג - כ"ה כסלו ה'תרצ"ב), פון אנטיניא, ער ליגט אין סטאניסלאוו.
- מרת שבע (שבע'לי) ( - כ' אדר א' ה'תרח"ץ), זי ליגט אין הר הזיתים, די ווייב פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא (י' כסלו ה'תרכ"ד - ל' ניסן ה'תרפ"ד), פון דראהביטש, ער ליגט אין הר הזיתים.
- מרת חוה גיטל, די ווייב פון הרב מרדכי זוסיא טווערסקי ( - כ"ז אדר ה'תרצ"ו), פון האצעליס-יאס, ער ליגט אין יאס.
- מרת ברכה ( - כ' טבת ה'תרפ"ג) זי ליגט אין קיעוו, די ווייב פון הרב אהרן טווערסקי ( - כ' מנחם אב ה'תרע"ח אדער ה'תרע"ט), פון סקווירא, א זון פון הרב דוד טווערסקי פון סקווירא, ער ליגט אין קיעוו. זייערע קינדער:
- הילד שלום יוסף טווערסקי. . הילד ישראל טווערסקי. . הילד אברהם טווערסקי, אלע דריי אוועק אין יאר ה'תר"פ.
- הבחור מנחם נחום טווערסקי הי"ד.
- ר שלמה טווערסקי.
- מרת חיה שפרה, די ווייב פון הרב דוד אהרן טווערסקי הי"ד רב אין זשאריק.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (26)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!