רוי:ניקנור

פון המכלול
ווערסיע פון 15:12, 20 נאוועמבער 2023 דורך wikipedia:yi>שלאק
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ניקנור איז געווען אַ סירישער גענעראל אין דער צייט פון די חשמונאים-קאַמפן (165 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג); יידן האָבן אים באַזיגט 13 טאג אין אדר, און מען האָט דעם טאָג געפייערט אַלס "יום ניקנור" (אין מגילת תענית).

שער ניקנור

אין בית המקדש איז געווען אַ קופּערנער טויער "שער ניקנור". די גמרא יומא ל"ז דערציילט אַז די צוויי ‏טירן צום טויער האָט געבראַכט אַ ייד ניקנור פון אַלעקסאַנדריע אין עגיפּטן מיטן ים; אויפן װעג איז איין טיר אַרײנגעפאַלן אין װאַסער און עס איז געשען אַ נס אַז זי איז אַלײן אַרױפגעשוואומען.

אין 1902 האָט מען געפונען די מצבה פון דעם דאָזיקן ניקנור מיט דער אויפשריפט אין העברעאיש "נקנור אלכסא" (דאָס הייסט פון אַלעקסאַנדריע), און אין גריכיש "די ביינער פון דער משפּחה ניקנור פון אַלעקסאַנדריע װאָס האָט געמאַכט די טירן".

קוואלן