רוי:פשייטש
פשייטש איז געווען א שטעטל אין מערב פוילן, 75 ק״מ צפון־מערב פון לאדזש, 150 ק״מ מערב פון ווארשע און 130 ק״מ מזרח פון פויזן. פון דרום־מזרח גרענעצט זי מיט דער פשייטשער אזערע. דאס שטעטל איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם 14טן יארהונדערט.
די יידישע געמיינדע פון פשייטש, וואס איז געווען א הייפשער טייל פון דער באפעלקערונג פונעם שטעטל, איז אינגאנצן פארניכטעט געווארן אינעם חורבן.
היסטאריע
פשייטש ווער ערשט דערמאַנט אינעם 12טן יאָרהונדערט, ווען עס איז אן אייגענטום פונעם אַרכיבישאפֿן. אינעם צװײטן העלפט פונעם 14טן יארהונדערט האט דער קעניג ע קאזימיר אפגעקויפט פשייטש מיטן ארומיגן שטח. פשייטש איז געווארן א דורכפֿאָר סטאַנציע פאר סוחרים וואס זענען אריבערגעפארן פון דרום קיין צפון און פון מזרח קיין מערב, און א האנדל צענטער פאר די פארמס אין דער געגנט.
פשייטש האט באַקומען דעם סטאַטוס פון אַ שטאָט איידער דעם סוף פונעם 14טן יאָרהונדערט.
אין דער תקופה פון די ארכיבישאפן איז געװען פארבאטן פאר יידן צו װאוינען אין פשייטש. דער ייִדישער ייִשובֿ האָט זיך הערשט אָנגעהויבן צום סוף פֿונעם 14טן יאָרהונדערט. דער יידישער בית-עולם איז אלט בערך 600 יאר.
פשייטש האט איבערגעלעבט אן עקאנאמישן וואוקס אין אנהייב 18טן יארהונדערט ווען דער קעניג האט דערלויבט אפהאלטן צוויי מארק טעג א וואך, און א יריד זעקס מאל א יאר.
די יידישע קהילה
לויטן צענזוס פון 1793 האט די באפעלקערונג פון פשייטש געציילט 355 מענטשן, 139 פון זיי אידן. אין 1827 איז די באפעלקערונג געוואקסן צו 1,935 מענטשן, 346 פון זיי אידן. אין די נעקסטע דריי יארצענדליקער האט זיך די גאנצע באפעלקערונג געשטיגן בלויז צו 2,000, אבער די ײדישע באפעלקערונג האט זיך פארטאפלט ביז 606. דאָס הײסט, אין די דאָזיקע דרײַ יאָרצענדליקער איז דער פּראָצענט ייִדן אין פשייטש אַ סך געשטיגן (פֿון 18% ביז 30%), צוליב דעם וואס די ייִדן פֿון די ארומיגע דערפֿער האָבן זיך אַהין אַריבערגעצויגן. אין 1921 האָט דאָס שטעטל געציילט 3,040 מענטשן, 840 פון זיי ייִדן (28%).
עס זענען געווען ווייניק גאַסן אין פשייטש, אָבער זיי האָבן געהאַט אַלע עלעמענטן פֿון ייִדישן קהילה־לעבן: א בית־מדרש, א מקוה , ייִדישע שולעס, א ישיבה, אַ ייִדישער ביבליאָטעק, אן עירוב, אַ בית־עולם, און נאך. פשייטש האט געהאט סיי א רב, א קצב און א מוהל .
לכתחילה איז די גסות שחיטה פארגעקומען אינעם הויף הינטערן קצב, און די שחיטה פון עופות אינעם הויף הינטערן שוחט. פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געבויט געווארן א גרויסער שעכטהויז אונטערן לאקאלן ראַט. דאס נײע שעכט־הויז, האט געהאט מער היגיענישע באדינגונגען און װעטערינארע אויפזיכט פון דער פוילישער רעגירונג.