רוי:אריזאנע
|
אריזאנע (ענגליש: Arizona) איז א שטאַט ביים דרום ברעג פון אמעריקע וואס גרעניצט זיך מיט מעקסיקא. זי איז באוואוסט מיט אירע הייסע זומערס און מדבריות. זי איז דער אכט און פערציגסטער שטאט פון די 50 שטאטן. איר הויפט שטאט איז פיניקס. זי ווערט אנגערופן צווישן די שטאטן פון ראקי בערג.
אין אריזאנע געפינט זיך די רוזעוועלט דאמבע, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויסצוניצן די טייך וואסערן פאר די פעלדער אין דער מדבר'דיגער געגנט.
דער גרויסער קעניאן איז געווארן פון דעם טייך געלעגער פון דעם קאלאראדא טייך, איינער פון די גרויסע טייכן פון די פאראייניגטע שטאטן, ער גייט ארויס פון די פעלזן בערג און שלענגלט זיך דורך די הויכע בערגלעך פון אריזאנע, ביז עס גיסט זיך אריין אין מעקסיקא ים אויסגוס, די רוישיגע וואסער פון דעם קאלאראדא טייך האבן אין לויף פון די יאָרן פאראורזאכט א שטארקער מיטשלעפ, אין די פעלזן, אזוי איז געשאפן געווארן דער מעכטיגער און וואונדעליכער שיינער קעניאן.
פון דערווייטענס זעהט עס אויס מעכטיג ווי הויכע זיילן, טורעמ'ס און פאלאצן, די שטיינער זענען אין פארשידענע פארבן, אבער רוב זענען די קאליר רויט, עס איז אבער אויך דא געלע, ברוינע, גרינע און אפילו שווארצע שטיינער, א מענטש וואס דרייט זיך דארט זעט קלאר און באשיינפערליך די וואונדער פון נאטור, און רופט אויס מיט באגייסטערונג דעם באקאנטן פסוק פון דוד המלך: מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית מלאה הארץ קניניך.
עס רעגנט כמעט נישט אין אריזאנע. אבער טראץ דעם זענען דארט פארהאן פארשידענע פלאנץ פעלדער, דורך דעם וואס מען באוואסערט זיי מיט ריזיגע שלויכן.
על פי הלכה איז א הידור פאר די מצות אויף פסח צו נעמען ווייץ וואס עס האט נישט גערעגנט דערויף זינט עס איז געווארן געצייטיגט.
דעמאגראפיע
די באפעלקערונג פון אריזאנע לויטן 2020 צענזוס איז 7,151,502
עס איז באקאנט פאר די פרומע אידן דאס פארהעלטנמעסיג יודיש דערפל אין אריזאנע וואס הייסט זכריה ברוינער'ס ישוב.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|
אהייא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו דזשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקוט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!