רוי שמועס:חרן

פון המכלול
ווערסיע פון 10:00, 1 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏אפטיילן?: נייע אפטיילונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אפטיילן?

כ'בין מסופק צי מ'זאל עס לאזן אזוי, אדער זאל זיין באזונדערע ארטיקלען 'חרן' (איבער די שטאט אין די תורה) און 'חאראן' (איבער דער היינטיגער שטאט און איר אלגעמיינע היסטאריע).

די סיבות דערצו זענען סיי אז עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי דאס איז טאקע חרן (חוץ פון די צווייטע דעה דערמאנט אין ארטיקל, דאכט זיך אז אין תבואת הארץ שטייט א דריטע), און סיי אז - אנדערש ווי ירושלים, למשל, וואס האט אנגעהאלטן א המשך אין אונזער תודעה פון תנ"ך ביז היינט - זענען די צוויי זייטן פון חרן ממש צוויי באזונדערע נושאים ביי אונז; איינער וואס וויל ליינען איבער חרן (אין די תורה) איז נישט ממש אינטערעסירט צו וויסן ווער עס איז היינט דער בירגערמייסטער אין עפעס א טערקישע שטעטל...

(פארשטייט זיך אז אויב טוט מען אזוי, וועט חאראן פארמאגן אן אפטיילונג 'אין די תורה', וואו חרן וועט ווערן צוגעצייכנט אלס הויפט ארטיקל). — צמא לדעתשמועס • י"ז חשון ה'תשפ"ד 10:00, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]