רוי:חרן

פון המכלול
ווערסיע פון 09:49, 26 אקטאבער 2023 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען לינק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חרן
Harran2.jpg
בינשטאק געביידעס אין חרן
מדינה / טעריטאָריע טערקיי
געביט דרום-מזרח אנטאליע
ראַיאָן געגנט
דיסטריקט שנלאורפה
בירגערמייסטער מחמוט אוזיאבוז
(מפלגת התנועה הלאומית)
שטח 879.7 קוואדראט ק"מ
דירוג שטח בטערקיי
דירוג צפיפות בטערקיי
הייך 137 מעטער

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

96,072‏ [1] (שטייענדיג 2022)
109.2 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+3
[[טעקע:
(למפת מוסטער:מפת מיקום/טורקיה רגילה)
[[טעקע:מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|250px|]]|<div style="position:absolute; left:{{נקודת מיקום/חישוב מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|קו=אורך|אורך= אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".|רוחב={{{גארטל}}}|עליון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|תחתון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|ימין=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|שמאל=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה}}%; top:{{נקודת מיקום/חישוב מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|קו=רוחב|אורך={{{מערידיאן}}}|רוחב={{{גארטל}}}|עליון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|תחתון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|ימין=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|שמאל=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה}}%;">
 
}}
מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|<div style="position:absolute; left:{{נקודת מיקום/חישוב מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|קו=אורך|אורך= אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".|רוחב={{{גארטל}}}|עליון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|תחתון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|ימין=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|שמאל=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה}}%; top:{{נקודת מיקום/חישוב מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|קו=רוחב|אורך={{{מערידיאן}}}|רוחב={{{גארטל}}}|עליון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|תחתון=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|ימין=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה|שמאל=מוסטער:מפת מיקום/טורקיה}}%;">
חרן
חרן
}}
}}}}|220px]]
Syria2mil-HE.jpg
חורבות אין חרן

חָרָן (אין טערקיש: Harran; אין אראביש: حران; אין סיריש: ܚܪܐܢ; כורדיש: Herran/حەڕان, אין פונקטליכע טראנסקריפציע: חראן) איז א אלטע שטאט אין שנלאורפה געגנט אין פראווינץ דרום-מזרח אנטוליה וואס איז אין דרום-מזרח טערקיי. די שטאט שטייט אויבן פון דער טייך בליח זינט די צייטן פון שומר און אכד. זי ווערט דערמאנט אין אשורישע דאקומענטן פון די 19'טע יארהונדערט בעפ"צ, און אין דאקומענטן פון מארי פון די 18'טע יארהונדערט בעפ"צ, ווי א צענטער פאר וואנדער שבטים מיטן נאמען בני ימין. היינט איז דא אין שטאט א ארכעאלאגישע פלאץ, און עס באזוכן דארט אסאך טוריסטן וואס ווילן זען די אמאליגע סארט לעבן און פון די בלאטע געביידעס. לויט אן אפציעלע אפשאצונג פון יארע 2022 האט איר באפעלקערונג זיך געציילט ביי די 96,072 איינוואוינער.

היסטאריע

צווישן די 16'טע יארהונדערט בעפ"צ ביז די 13'טע יארהונדערט בעפ"צ האט געוועלטיגט אין שטאט די מִיתָנִי קעניגרייך און זי איז געווען די צענטראלע און וויכטיגסטע שטאט אין צפון מעסאפאטאמיא (זעט אויך ארם נהריים). אין די תקופה האבן געוואוינט אין חרן די מערב שעמיים פעלקער. פונקט ווי אור, איז אויך חרן געווען אין די תקופה א גרויסע רעליגיעזע צענטער, און אין איר איז פארגעקומען א קולטור פון דינען די לבנה. זי איז אויך געווען באקאנט ווי א שטאט פון האנדל ביי די וועג פון די הענדלער נינוה-חרן-כרכמיש-חאלעב-דמשק-כנען.

ארום יאר 1270 בעפ"צ איז די שטאט אקופירט געווארן דורך שלמנאסר דער ערשטער קעניג פון אשור. ביי די תקופה ווען די אשור קעניגרייך האט אנגעהויבן אונטערצוגיין איז די שטאט קאנטראלירט געווארן דורך די אֲרָמִים, און מיטן זיך פארשטארקן פון זייער קעניגרייך זענען די אַשׁוּרִים צוריקגעקומען און עס צוריק איינגענומען. אין יאר 612 בעפ"צ, האט דער לעצטער אשורישער קעניג אשור-אובליט דער צווייטער אריבערגעפירט זיין הויפטשטאט קיין חרן, און דאס, נאך וואס די פריערדיגע הויפטשטאט נינוה איז אקופירט געווארן דורך די בבלים. נאכן פאלן פון די אשורישע קעניגרייך איז די שטאט געווען אונטער די רעגירונג פון בבל, און מיטן פאלן פון בבל ביים זעקסטן יארהונדערט בעפארן ציילן איז די שטאט אריבער צו די מַדִיישע און כַּשְׂדִישע רעגירונג.

אינעם אומגעגנט פון חרן איז פארבליבן אן אנדענק צו די תקופת המקרא מיט די נעמען פון די שטעט: תל תרח, תל נחר, שרג. אין תל נחר איז געשטאנען, ווי עס שיינט, די שטאט פון נחור, און אין תל תרח איז געבליבן אן אנדענק צו די פאמיליע פון תרח, וואס ווי עס ווייזט אויס איז זי געווען פון די באוואוסטע פאמיליעס אין יענעם געגנט. לויט בבלישע צייכענונגען פון די תקופת האבות קוקט אויס, אז אן אנגעזענע וועג האט געפירט פון דרום מעסאפאטאמיא, ארום אור כשדים, ביז חרן, און פון איר דורך כרכמיש און חאלעב קיין דמשק און חצור וואס אין ארץ כנען.

חרן אין תורה

תרח, דער טאטע פון אברהם, האט זיך באזעצט אין חרן נאך וואס ער איז ארויס פון אור כַּשְׂדִּים. אברהם און זיין פלומעניק לוט האבן געוואנדערט פון חרן קיין ארץ כנען און נחור זיין ברידער איז געבליבן אין חרן. אברהם האט געזען אין חרן זיין היימלאנד, און צו דארט האט זיך צוריק געקערט דער קנעכט פון אברהם, כדי צו זוכן א ווייב פאר יצחק און דארט האט יעקב געהייראט זיינע ווייבער לאה און רחל, טעכטער פון לבן, אייניקל פון נחור, און ווייטער. קיין חרן האט יעקב אנטלאפן פון עשו זיין ברידער און דארט זענען געבוירן צו יעקב עלף פון זיינע צוועלף קינדער וואס זענען געווען די שבטי ישראל. אין שטאט חרן האבן געוואוינט ארמים, ווי עס שטייט אין די תורה: וַיְהִי יִצְחָק, בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה, בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי, מִפַּדַּן אֲרָם, אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי, לוֹ לְאִשָּׁה (בראשית כה, כ). און די חתישע שפראך איז פדן (pēdan) טייטש א 'פלאץ', און עס קען זיין אז פדן-ארם מיינט פלאץ-ארם, דאס הייסט די וואוינארט פון די ארמים.

פארהאן וואס אידענטיפיצירן חרן אלס חורן נעבן רמת הגולן וואס ווערט ארויסגעזאגט חַוְרָן און ערקלערן די צעמישעניש פון די פאנאלאגישע ענליכקייט צווישן די נעמען.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

קאטעגאריע:טורקיה: ערים קאטעגאריע:טורקיה: אתרים ארכאולוגיים קאטעגאריע:יישובי המקרא קאטעגאריע:אתרי ספר בראשית

טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער