דרעפט:חק לישראל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

"חֹק לישראל" (אדער אין קורצן: "חק") איז אן אויסגעשטעלט'ן סדר צו טעגליך לערנען פון תנ"ך און נאך. אויסגעשטעלט אויף די סדר פון די וואכנטליכע פרשת השבוע.

די תקנה

די תקנה פון די טעגליכן לערנען אין סדר החק האט אוועקגעשטעלט רבי חיים וויטאל ווי ער שרייבט דערויף אין הקדמה צום חק: ”סדר עסק התורה שהאדם חייב לקרוא בכל יום בקביעות, בסוד קביעת עתים לתורה”. ער האט דאס אוועקגעשטעלט לויט ווי זיין רבי די אר"י האט זיך געפירט צו לערנען טעגליך, לויט ווי עס ווערט געפאדערט פון יעדן מענטש אין הלכות תלמוד תורה [1] צו לערנען פון תורה נביאים און כתובים, און אזוי אויך משנה און גמרא, און די סדר נעמט ארום די אללע חלקי התורה.

סזענען פארהאן וואס האבן מקפיד געווען צו לערנען די חק גלייך נאך תפילת שחרית טעגליך מיט די טלית און תפילין[2], ווי די אר"י האט זיך געפירט.

אין צייט וואס פאר מערערהייט בעלי בתים איז די חק לישראל געווען די איינציגסטער סדר לימוד דורכאויס די טאג, פון צווייטן זייט ביי די תימנ'ער אידן האט מען נישט געלערנט משנה און גמרא נאר די סדר פון פון חק לישראל[מקור פארלאנגט].

ביי די ספרדים איז זייער שטארק אנגענומען געווארן די סדר פון חק, אין צייט וואס אויך ביי די חסידים איז דאס גאר שטארק.[3], אזוי שרייבט רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אין זיין הסכמה צום דרוק פון חק אז ”מצווה גדולה להגות בו תמיד בכל יום בבוקר בבוקר לקיים מצות קביעות התורה”. שינאווא'ער רב האט אנגעהאנגען אין דעם סדר לימוד גרויסע סגולות אויף פרנסה געבויט אויף וואס די גמרא [4] זאגט: "חוק - לישנא דמזוני הוא". רבי יואל פון סאטמאר האט געזאגט אויף זיך אז די כח צו ענטפערן אויף פראגעס די גאנצע טאג, שעפט ער פון די לערנען חק[מקור פארלאנגט]. און רבי יהושע פון בעלזא האט אפגעזגט פון אויפנעמען געסט, ביז ווי לאנג ער האט נישט גענדיגט דעם טעגליכן חק. אזוי אויך אין חצרות קארלין, טשערנאביל, ויז'ניץ און נאך איז די סדר געווען גאר אנגענומען. אין ספר קיצור שלחן ערוך שרייבט ער ”מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת תּוֹרָתוֹ קֶבַע, אֶלָּא שֶׁהוּא קוֹבֵעַ עִתִּים לַתּוֹרָה . . . אַשְׁרֵי מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ חֹק קָבוּעַ וְלֹא יַעֲבֹר, לִלְמֹד בְּסֵפֶר "חֹק לְיִשְׂרָאֵל" דְּבַר יוֹם בְּיוֹמוֹ"”.[5].

אויסשטעל

די סדר איז אויסגעשטעלט לויט די טעג, פון זונטאג ביז דאנערשטאג ווי פאלגנד:

  • תורה - ווערט געלערנט פסוקים פון די וואכעדיגע סדרה. די צאהל פסוקים איז ווי א טאג: זונטאג און מיטוואך זעקס פסוקים, מאנטאג פיר פסוקים, דינסטאג און דאנערשטאג פינף פסוקים, אוועקגעשטעלט לויט די שם 'הוי"ה', זונטאג זעקס פסוקים און מאנטאג פיר, וואס צוזאם איז צען וואס איז די 'י', דינסטאג פינף וואס איז די 'ה', מיטוואך זעקס וואס איז די 'ו', און דאנערשטאג פינף וואס דאס איז די צווייטער 'ה'. צו דעם לייגט מען צו נאך זעקס און צוואנציג פסוקים ליל ששי (אויב זענען פארהאן אזוי סאך אין די פרשה) וואס דאס איז די צאהל פון גימטריא פון די שם 'הוי"ה', און פרייטאג ענדיגט מען צו אללע פסוקים וויפיל ס'זענען נאך פארבליבן ביז די ענדע פון די סדרה.
דאס לערנען פון די פסוקים פון תורה גייט אהן אויף די גאנג פון שנים מקרא ואחד תרגום, און פרייטאג די גאנצער סדרה שנים מקרא ואחד תרגום[6].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תלמוד תורה, פרק א', הלכה י"א.
  2. בדרך כלל רבינו תם'ס תפילין.
  3. זעה אין מגן אברהם-טריסק און נאך.
  4. ביצה טז, א.
  5. רבי שלמה גאנצפריד, קיצור שולחן ערוך.
  6. ר' חיים וויטאל אין הקדמה.