מוסטער:האט איר געוואוסט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
- ביי חסידים איז אנגענומען אז לערנען מסכת קידושין איז א סגולה פאר שידוכים. טייל האבן זיך געפירט צו לערנען די מסכתא, צוזאמען מיט מסכת כתובות, אין יום טוב שבועות. די מסכתא שליסט סדר נשים לויטן אנגענומענעם סדר, אבער דער מאירי האט עס געשטעלט אין אנהייב.
- שבת בראשית האט געדינט אין אסאך קהילות אלס המשך צו שמחת תורה. עס זענען געווען איינגעפירט ספעציעלע פיוטים און יוצרות, כיבודים פאר דער חתן תורה און חתן בראשית, באזונדערע רעכטן פאר די חברה קדישא, און אין טייל קהילות האט מען געפראוועט די הקפות אין שבת בראשית נאך מוסף.
- די נעמען פון די חדשים היינט אין באנוץ זענען איינגעפירט געווארן אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון. זיי ווערן דערמאנט צום ערשטן מאל אלע אינאיינעם אין מגילת תענית, לויטן סדר פון ניסן ביז אדר. פארשידענע צונעמען זענען באנוצט געווארן אין פריערדיגע דורות, ווי "ירח האיתנים" פאר תשרי און "חודש זיו" פאר אייר.