לישב בסוכה
ברכת לישב בסוכה
|
---|
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם אֲשֶר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה. |
ברכת "לישב בסוכה" איז א ברכה וואס חכמים האבן מתקן געווען צו מאכן אויפ'ן מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין סוכה. כאָטש די מצוה פון סוכה ווערט געטון פון דעם מאָמענט ווען מען גייט אריין אין סוכה, איז למעשה נישט איינגעפירט צו מאכן די ברכה ביי יעדן אריינגאנג אין די סוכה, נאר בלויז ווען עס איז דא א ספּעציפישע באנוץ מיט דער סוכה ווי עסן אדער שלאפן.
מקור און גדר
תניא: העושה סוכה לעצמו, אומר: ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה;
בא לישב בה, אומר: ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו לישב בסוכהגעלויבט ביזטו ה' אונזער ג-ט, קעניג פון דער וועלט, וואס האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצוות און אונז באפוילן צו זיצן אין די סוכה.
אין גמרא[1] איז פארהאן א מחלוקת אמוראים: לויט שמואל, וויבאלד דער מצוה איז א שטענדיגער אפגעזען פון נאכט אדער טאג, מאכט מען די ברכה בלויז דעם ערשטן טאג סוכות, ווייל "כולהו שבעה כחד יומא אריכא דמו". לויט רבי יוחנן אבער, מאכט מען יא די ברכה אלע זיבן טעג. למעשה גלייכט עס די גמרא צו צו א מחלוקת תנאים איבער די ברכה אויף תפילין, צו מען דארף דאס מאכן יעדן מאל מען טוט עס אן, אדער בלויז איין מאל אינדערפרי. דער גמרא פסק'נט ווי רבי יוחנן אז מ'מאכט אלע זיבן טעג די ברכה אויף סוכה.
ווען מען מאכט די ברכה
איבער פונקטליך ווען און אויף וועלכע אקט מען מאכט די ברכה איז געשאפן געווארן אן אומקלארקייט, און די ראשונים האבן געהאט א מחלוקת דערין:
- לויט רוב ראשונים איז סוכה דער זעלבער ווי תפילין, און יעדע מאל וואס א מענטש גייט אריין אין סוכה, אויך אויב ער פלאנט נישט צו טון דערין גארנישט אויסער זיצן, מאכט ער 'לישב בסוכה'. אזוי שרייבן בעל הלכות גדולות, רב האי גאון, רי"ף, רמב"ם[2], רש"י, יראים, רבינו שמחה, רוקח, ראבי"ה, ריטב"א, אורחות חיים בשם רא"ה, מחזור ויטרי, פסקי הרי"ד, רי"ץ גיאת, מאירי, ספר הנייר, שיבולי הלקט און נאך. אזוי האט דער ווילנער גאון גע'פסק'נט להלכה, און אזוי פירן זיך מערסטנס תימנ'ער אידן.
- לויט גאונים און אנדערע ראשונים, צווישן זיי: רב יהודאי גאון, רבנו תם און בעל העיטור, איז נאר ווען א מענטשן פלאנט צו עסן אין סוכה, זאל ער פאַר'ן עסן מאכן 'לישב בסוכה'.
פסק הלכה
טראץ וואס די ראשונים האלטן אז מען דארף מאכן אויף יעדע מאל וואס מען גייט אריין אין סוכה אויף א לענגערע וויילן, וויבאלד אבער ספק ברכות להקל, דערפאר האבן רוב הפוסקים אנגענומען ווי רבנו תם וסיעתו, אז נאר ביים עסן אין סוכה מאכט מען 'לישב בסוכה'. עס האבן זיך טאקע חולק געווען די מנהגים אויף וועלכע סארט 'עסן' מאכט מען די ברכה:
מנהג אשכנז
די דעה פון דער גינת ורדים, וואס איז געווארן אנגענומען ביי די אשכנזישע פוסקים, און עס איז פארוואנדלט געווארן אין א מנהג יוצאי אשכנז, יעדע מאל וואס מען עסט אין סוכה וויבאלד עס ווערט גערעכנט ווי אן אכילת קבע, דארף מען מאכן פארדעם די ברכה 'לישב בסוכה'[3]. אבער אויף אן אכילת ארעי אין סוכה דארף מען נישט זאגן 'לישב בסוכה'.
וויילן אין סוכה אן עסן
אין מנהג אשכנז, לויט אסאך פוסקים[4] ביי א פאל וואס א מענטש ווייסט אז ער וועט נישט עסן אן אכילת קבע אין סוכה, זאל ער מאכן 'לישב בסוכה' אויפן עצם וויילן אין סוכה. ווידעראום לויט דער מאמר מרדכי מאכט מען נאר אויף אן אכילת קבע אין סוכה.
למעשה, פירן זיך אסאך צו מאכן א מין פשרה, אז ווען א מענטש האט נישט אינזין צו עסן אן אכילת קבע אין סוכה, מאכט ער אויפן עסן א קלייניגקייט וואס האט א געוויסע חשיבות, צום ביישפיל א געבעקס וואס מען מאכט דערויף א 'מזונות' (וואס ער עסט דערפון נישט מער ווי א כביצה, ווייל מער פון דעם איז שוין אן אכילת קבע) אדער טרינקען וויין[5].
מנהג ספרד
די שיטה פון דער שואל ונשאל[6] און דער בן איש חי, וואס איז געווארן אנגענומען ביי די ספרדישע פוסקים, און איז פארוואנדלט געווארן אין א מנהג יוצאי ספרד, אז נאר אויף א סעודת קבע וואס רעכנט אריין עסן ברויט אדער א געבעקס אדער א געקעכטס וואס מען מאכט דערויף א 'מזונות' וואס ער האט געגעסן דערפון א שיעור קביעת סעודה (נפח פון פיר אייער)[7] מאכט מען 'לישב בסוכה'.
אופן פון די ברכה
עס איז פארהאן א מחלוקת הראשונים אויף וועלכע סארט אופן מען מאכט די הברכה. לויטן רמב"ם וויבאלד די עיקר מצווה ווערט מקויים מיטן זיצן למעשה אין סוכה, דארף מען שטיין בשעתן זאגן די ברכה, פונקט ווי מען טוט ביי אלע ברכות המצוות, און גלייך דערנאך זיך אוועקזעצן. און ווי אים פירט מען זיך ביי די תימנער אידן. אבער קעגנזייטיג, לויטן ראב"ד און רא"ש ווערט די מצווה מקויים שטייענדיג פונקט ווי זיצנדיג, און דערפאר איז נישטא קיין סיבה צו מאכן די ברכה שטייענדיג וויבאלד דאס מקיים זיין די מצוה האט זיך שוין אנגעפאנגען גלייך מיטן אריינגיין אין סוכה. און וויבאלד מען פירט זיך צו מאכן פארן סעודה, במילא מאכט מען די ברכה זיצנדיג פארן עסן.
סדר פון פּריאריטעט
לויטן מהר"ם מרוטנבורג דארף מען מאכן 'לישב בסוכה' בעפאר די ברכה וואס מען זאגט אויפן עסנווארג, וויבאלד די חיוב ברכת הסוכה פאלט אויפן מענטש גלייך פון ווען ער איז אריין אין סוכה, און נישט נאר פון ווען ער איז צוגעגאנגען עסן. און אזוי איז די דעה פון רמב"ם. אקעגן זיי, לויטן רא"ש דארף מען פארדעם זאגן די ברכה אויפן עסנווארג, ווייל וויבאלד מען בינדט אן די ברכת הסוכה צום עסן, קומט אויס אז דאס עסן ברענגט צו צו די ברכה 'לישב בסוכה' זאל געזאגט ווערן, און דערפאר דארף מען מקדים זיין די ברכת המאכל.
למעשה איז די מנהג אשכנזים, און אזוי אויך מארקאנער אידן, טוניזיע און רוב ספרדים, צו מאכן אויף די עסנווארנג און דערנאך אויפן סוכה[8]. און פסק פון שולחן ערוך, און אזוי איז דער מנהג פון אביסל פון יוצאי עדות המזרח צו זאגן קודם די ברכת הסוכה און דערנאך די ברכת המאכל[9].
פארגעסן צו מאכן 'לישב בסוכה'
איינער וואס פארגעסט צו מאכן 'לישב בסוכה' פארן עסן, אזוי לאנג ווי ער האט נאכנישט גענדיגט עסן - קען ער נאך מאכן. אויב ער האט שוין גענדיגט עסן און ער איז נישט פאראינטרעסירט צו עסן נאך, איז דא וואס זאגן אז אויכט דעמאלט קען ער מאכן 'לישב בסוכה'[10], און עס זענען דא וואס זאגן אז ער זאל נישט מאכן[11].
היסח הדעת וואס באדארפט א נייע ברכה
אין אַלגעמיין, פאלט די ברכה 'לישב בסוכה' אויפן מענטש ווילאנג ער וויילט אין סוכה, אזוי אויך אויב ער איז ארויס פאר א קלייניגקייט ווי צו טון זיינע באדערפענישן אדער שמועסן מיט א פריינד, און דאס גלייכן, דארף ער נישט נאכאמאל זאגן די ברכה ווען ער קערט זיך צוריק צו די סוכה[12]. אבער אויב איז ער ארויס אויף א לענגערע וויילע (מער פון א שטונדע) אדער צו א וויכטיגע ציל ווי דאווענען או שול אדער צו זיינע געשעפטן, וועט ער ווערן מחויב מיט נאך א ברכה ווען ער וועט צוריק קומען צום סוכה[13].
אין בציאאונג צו א מענטש וואס האט געוויילט אין סוכה נאכאנאנד פון איין סעודה צו די צווייטע איז אויפגעוואכט א מחלוקת צווישן די אחרונים צו ער זאל זאגן נאכאמאל 'לישב בסוכה' פאר די צווייטע סעודה. לויטן ב"ח און ט"ז זאל ער זאגן נאכאמאל, ווייל מסתמא האט ער אינזינען געהאט צו פטר'ן מיט זיין ברכה זיין וויילן אין סוכה נאר ביז די קומענדע סעודה. און לויטן לבוש, של"ה, דער מגן אברהם שולחן ערוך הרב און דער משנה ברורה[12] זאל ער נישט מאכן, ווייל ער האט נישט מסיח-דעת געווען פון די סוכה. און אזוי פירט מען זיך להלכה לויטן כלל ספק ברכות להקל[14].
אריבערגאנג צו א צווייטע סוכה אינמיטן א מאלצייט
אויך אין פאל וואס א מענטש גייט אריבער פון זיין סוכה צו א סוכה פון א צווייטן אינמיטן סעודה איז דא א מחלוקת צו ער דארף מאכן 'לישב בסוכה' ווען ער זעצט פאר די סעודה ביי זיין פריינד. די דעה פון מגן אברהם און שולחן ערוך הרב איז אז אן אריבעראנג פון איין סוכה צו די צווייטע באדארפט א נייע ברכה אין די סוכה וואס צו איר איז ער אריבער, אויך אויב ער האט אזוי געפלאנט פון פאראויס. און לויטן ט"ז און דער לבושי שרד אויב ווען ער האט געמאכט 'לישב בסוכה' אין די ערשטע סוכה האט ער געטראכט צו אריבערגיין אינמיטן די סעודה צו א אנדערע סוכה, זאל ער נישט מאכן אין איר 'לישב בסוכה'. די דעה פון משנה ברורה איז אז וויבאלד עס איז א מחלוקת, זאל ער נישט מאכן אלס ספק.
זעט אויך
דרויסנדע לינקס
- דער ארטיקל "ברכת לישב בסוכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- ברכת לישב בסוכה, אויף עולמות
- ברכת לישב בסוכה, הרב אליעזר מלמד, אין וועבזייטל פניני הלכה
- ברכה אויפן זיצן אין סוכה, אין וועבזייטל פון ישיבת ברכת משה
- ברכת לישב בסוכה, אין וועבזייטל עולמות - לימוד בעיון
רעפערענצן
- ↑ סוכה מה, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ו', הלכה י"ב
- ↑ מ”ב בס”ק טו, “שאוכלם בחבורה, או שאוכל שיעור חשוב שקובע סעודתו בזה”
- ↑ טורי זהב, חיי אדם, משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח און חזון איש.
- ↑ ענליך שטייט אין ערוגת הבושם או"ח קצב, לגבי המבקר בסוכת חבירו. זעט אויך בסוכות תשבו י, 33, און הליכות שלמה ט, יב, הערה כו.
- ↑ חלק ג' סימן צ"ה וסימן קס"ה.
- ↑ אבער לויטן בן איש חי מאכט מען 'לישב בסוכה' נאר אויף א סעודה מיט ברויט.
- ↑ רמ"א אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ב' און סעיף ג'. עלי הדס יא, ג.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ג'. בן איש חי האזינו ה'. כף החיים. יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ז.
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח
- ↑ יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ח.
- ↑ 12.0 12.1 משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ז
- ↑ שולחן ערוך הרב אורח חיים סי' תרל"ט, סעיף י"ג.
- ↑ לויטן יעב"ץ און בכורי יעקב, אויב ער איז ארויס אויף א קליינע ווילע פון סוכה, טראץ וואס אין אלגעמיין מאכט ער נישט נאכן זיך צוריק קערן פון אזא ארויסגיין, ווען ער האלט אבער פארן אנפאנגען א נייע סעודת קבע , דארף ער מאכן. און לויטן דרך החיים און שולחן ערוך הרב אויך אין אזא אופן זאל ער נישט מאכן.
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
קאטעגאריע:סוכות קאטעגאריע:הלכה קאטעגאריע:ברכות המצוות קאטעגאריע:הלכות חג הסוכות