רוי:תקיעת שופר
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
בלאזן אין א שופר | |
מקרא | במדבר כט, א |
---|---|
משנה | מסכת ראש השנה, פרקים ג'-ד' |
משנה תורה | הלכות שופר וסוכה ולולב, פרקים א'-ג' |
שולחן ערוך | אורח חיים, סימנים תקפ"ה-תקצ"ו |
ספרי מניין המצוות |
ספר המצוות, עשה ק"ע ספר החינוך, מצוה ת"ה |
תקיעת שופר איז א מצות עשה פון די תרי"ג מצוות, צו הערן שופר בלאזן אין ראש השנה. די תורה רופט אן די טאג פון ראש השנה ”יום תרועה” (טאג פון שאלן)[1] און ”זכרון תרועה”[2], און חז"ל האבן ארויס געלערנט פון דעם אז מען דארף בלאזן מיט א שופר אין דעם טאג.
אין בית המקדש האט מען געבלאזן אויך מיט חצוצרות.
מקור
טעם
שופר
עס איז דא א מחלוקת וועלכער שופר איז כשר צו בלאזן אין דעם. דער רמב"ם האלט אז נאר א שופר פון א שעפסל איז כשר[3] אבער לויט אנדערע דעות איז יעדער שופר כשר חוץ פון א שופר וואס קומט פון רינדער, אבער בכל אופן איז בעסער צו נעמען פון א שופר פון שעפסל[4] וויל עס דערמאנט די עקידת יצחק[5]. אין תימן האט מען זיך געפירט צו נעמען א שופר פון א חיה וואס הייסט 'קודו'.
סארטן בלאזן
חז"ל האבן ארויס געלערנט אז די מצוה פון בלאזן מיטן שופר ראש השנה איז אזוי ווי די מצוה פון בלאזן ביים יובל. און וויבאלד עס שטייט דריי מאל די ווארט תרועה ביי די פסוקים פון ראש השנה און יובל[6], לערנט מען אויס אז מען דארף בלאזן דריי מאל. פון די פסוק ”והעברת שופר תרועה ... תעבירו שופר בכל ארצכם”[7] האבן חז"ל ארויס געלערנט אז מען דארף בלאזן א גלאטע תקיעה פאר און נאך יעדן תרועה[8]. קומט אויס אז די מצוה פון תורה איז בלאזן ניין מאל - דריי תרועות און זעקס תקיעות.
אבער חז"ל האבן זיך מסתפק געווען וואס מיינט דאס א 'תרועה': צו מיינט עס א "שברים", אדער א "תרועה", אדער מיינט עס ביידע צוזאמען איינע נאך די אנדערע (שברים - תרועה):
- שברים - דריי קורצע קולות. עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא גניחות.
- תרועה - גאר קורצע קולות. רוב מפרשים זענען מסביר אז עס מיינט צו מאכן דריי אזעלכע קולות[9], עס איז דא וואס זאגן אז עס מיינט איין קול וואס טרייסלט[10], אבער עס איז איינגעפירט צו מאכן לכל הפחות ניין קורצע קולות[11] עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא יבבות.
- שברים - תרועה - גניחות און שפעטער יבבות.
לויט רב האי גאון[12] איז דאס נישט קיין עכטער ספק נאר אין יעדן פלאץ האט מען זיך געפירט אנדערש; אבער לויטן רמב"ם[13] איז דאס אן עכטער ספק וואס די תורה מיינט.
כדי צו יוצא זיין לויט אלע דעות האבן חז"ל געהייסן צו בלאזן דריי מאל יעדן סארט תרועה.
קומט אויס אז מען בלאזט דרייסיג מאל - 18 תקיעות, 6 שברים, און 6 תרועות[14].
די דרייסיג קולות איז צוטיילט אין דריי אפטיילונגען:
- סדר תשר"ת (ביי די קדמונים 'קשר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, שפעטער א תרועה און נאך א תקיעה.
- סדר תש"ת (ביי די קדמונים 'קש"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, און נאך א תקיעה.
- סדר תר"ת (ביי די קדמונים 'קר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א תרועה, און נאך א תקיעה.
דיני התוקע והשומע
סיי דער וואס הערט און סיי דער וואס בלאזט דארפן מכוון זיין צו יוצא זיין די מצוה[15]. דערפאר, אויב איינער האט זיך געשפילט מיט א שופר און עס איז ארויס א תקיעה, אדער דער וואס הערט האט נישט געוואוסט אז עס איז א קול פון א שופר, אדער אויב האט ער געבלאזן כדי צו זיך אויסלערנען אדער צו זינגען איז מען נישט יוצא[16]. א חרש אדער א שוטה אדער א קטן וואס זענען נישט חייב במצוות קענען נישט מוציא זיין אנדערע[17]. מען דארף בלאזן שטייענדיג[18] און דערפאר טאר מען נישט זיך אנשפארן אויף א זאך וואס אויב מען וועט דאס אוועק נעמען וועט ער פאלן[19]. מען פירט זיך צו בלאזן נעבן בימה[20] ווייל דארטן ליינט מען אין תורה כדי די זכות פון תורה זאל זיך מצרף זיין צו די זכות פון שופר[21]. מען דארף בלאזן אין די רעכטע זייט פון מויל, און דער עפענונג פון שופר זאל זיין אויף ארויף[22].
דער וואס הערט די תקיעות דארף הערן די גאנצע תקיעה. און אויב האט ער געהערט נאר א טייל פון תקיעה אפילו עס איז געווען כשיעור תקיעה איז ער נישט יוצא[23]. איינער וואס האט געהערט נאר א ווידערקול פון שופר איז נישט יוצא. און דערפאר ווען איינער בלאזט אין א גרוב (אזוי ווי עס איז געווען מצוי אין שעת השמד)[24] זענען די וואס שטייען אינדרויסן נישט יוצא ווייל זיי הערן נאר א ווידערקול[25]. להלכה איז מען אויך יוצא ביי א שופר וואס איז אסור בהנאה למשל צוליב א נדר ווייל א מצוה הייסט נישט קיין הנאה[26].
דער שיעור פון די קולות
אלע סארטן קולות וואס גייען ארויס פון דער שופר זענען כשר, סיי דין און סיי דיק און סיי הייזעריג[27]. אויך אויב עס איז געווארן אנדערש דער קול צוליב א לאך, איז עס כשר מעיקר הדין[28]. די קורצסטע שיעור פון תקיעה איז אזוי ווי א שיעור תרועה פון 'שלש יבבות', דאס מיינט די דריי קורצסטע קולות[29] און עס איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מען דארף כשיעור ניין אזעלכע קולות[30]. פאר א נארמאלער בעל תוקע נעמט דאס א סעקונדע מיט א האלבן[31]. ווייניגער פון דער שיעור רופט זיך אן א 'שבר'[32]. די תקיעה מיט די תרועה דארפן זיין אין דער זעלבער לענג, און דערפאר ביי סדר תש"ת וואס די תרועה איז דריי שברים דארף די תקיעה זיין אזוי ווי דריי שברים. און די זעלבע זאך ביי תשר"ת[33]. מען מעג מאריך זיין אין די תקיעה וויפיל מען וויל און אויך מאכן וויפיל שברים און תרועות מען וויל[34]. די שברים מיט די תרועה דארף מען מאכן איינע נאך די אנדערע (אין איין אטעם) וויל עס איז א גאנצער קול, אבער ביי שברים תרועה איז דא א מחלוקת: עס איז דא וואס זאגן אז מען דארף עס מאכן אין איין מאל ווייל עס הייסט איין תרועה[35], און עס איז דא וואס זאגן אז מ'קען מאכן א הפסק פון איין אטעם[36], און אזוי איז מער ראוי וויל א מענטש וויינט נישט און קרעכצט נישט אין איין אטעם[37]. להלכה פירט מען זיך אין רוב קהילות צו מאכן ביידע - ביי די זיצנדיגע בלאזט מען אין איין מאל און ביי די שטייענדיגע מיט א הפסק[38]. א פסול'ער קול אינמיטן א 'סדר' פסל'ט דער גאנצער סדר, אבער א תקיעה וואס עס איז נישט גוט געבלאזן, אדער אויב הערט ער אינמיטן תקיעות פון אן אנדערן מנין אן קיין כוונה צו יוצא זיין[39] הייסט עס נישט קיין הפסק. אויפהערן אינמיטן בלאזן און טון אן אנדער זאך איז נישט קיין הפסק און עס פסל'ט נישט די תקיעות[40].
די נומער פון די קולות און זייער צייט
אין גמרא שטייט אז מען פלעגט בלאזן ביי צוויי צייטן ביים דאווענען: 30 תקיעות וואס ווערט אנגערופן 'תקיעות דמיושב' - זיצנדיגע תקיעות (ווייל דעמאלט מעג מען זיצן), לויט רוב שיטות בלאזט מען די 30 תקיעות פארן דאווענען תפילת מוסף, און אין די תקיעות איז מען יוצא די מצוה פון תורה, און נאך תקיעות וואס ווערט אנגערופן 'תקיעות דמעומד' - שטייענדיגע תקיעות, וואס ביי זיי דארף מען שטיין, לויט רוב שיטות בלאזט מען די תקיעות אינמיטן מוסף נאך יעדע ברכה פון מלכויות זכרונות און שופרות, און מיט דעם איז מען יוצא דער עיקר המצווה פון תקנת חז"ל צו בלאזן אויף סדר הברכות[41].
די סיבה וואס מען בלאזט ביי מוסף[42] אפילו וואס געווענליך איז דא א ענין פון זריזין מקדימין למצוות, איז ווייל ביי שעת השמד האבן די פיינט געמיינט אז בלאזן גלייך אינדערפרי איז א רוף צו א מרידה{הערה|תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק ד', הלכה ח', עס ווערט געברענגט אין תוספות, ראש השנה לב, ב, ד"ה בשעת.}}, אדער ווייל די מלוכה האט גוזר געווען צו נישט בלאזן, און אגאנצן אינדערפרי האבן זיי אכטונג געגעבן זאל מען נישט בלאזן[43], און דערפאר האבן חז"ל געהייסן צו בלאזן ביי מוסף און די תקנה איז געבליבן[44]. נאך א טעם, כדי זאל מען ווערן געדענקט בשעת דעם בלאזן ווען מען איז פול מיט מצוות כרימון, וייל מען האט שוין געליינט קריאת שמע און געדאוונט און געליינט אין די תורה און דערפאר וועט מען זוכה זיין ביים דין[45].
די גמרא איז מסביר אז די סיבה וואס מען בלאזט אזויפיל תקיעות איז כדי 'לערבב את השטן'[46], און די מפרשים זענען מסביר אז דער אויבערשטער זעט ווי די אידן זענען מחבב די מצוות הערט ער זיך נישט איין צום שטן[47] אדער צו מעורר זיין די זיכרון פון שופרו של משיח וואס דעמאלט וועט ווערן בטל דער שטן[48] אדער צו מכניע זיין דער יצר הרע אין הארץ וואס ווערט אנגערופן שטן[49] צו זיך מעורר זיין אויף תשובה[50]. נישטא קיין איסור פון בל תוסיף ווען מען מאכט איין מצווה אסאך מאל[51].
אפאר מנהגים ביי די תקיעות פון מוסף
- דער רמב"ם[52] שרייבט אז צוליב טירחא דציבורא בלאזט מען ביי מוסף נאר צען קולות - נאך מלכויות בלאזט מען תשר"ת, און נאך זכרונות בלאזט מען תש"ת, און נאך שופרות תר"ת, איז מיט די זיצנדיגע תקיעות קומט אויס אז מען בלאזט 40 קולות (עס איז דא נאך ראשונים וואס האלטן ווי דער רמב"ם).
- רבינו תם און אנדערע ראשונים האבן געהייסן, אז מען דארף בלאזן ביי מוסף 12 קולות דאס הייסט תשר"ת נאך יעדן ברכה און צוזאמען מיט די זיצנדיגע תקיעות קומט אויס אז מען בלאזט 42 קולות. דער מנהג איז געפסקנט להלכה אין רמ"א[53].
לויט די ערשטע דעה אין שולחן ערוך[53], בלאזט מען ביי מוסף אזוי ווי שיטת הרמב"ם. און לויט די צווייטע דעה בלאזט מען נאך מלכויות דריי מאל תשר"ת, און נאך זכרונות דריי מאל תש"ת, און נאך שופרות דריי מאל תר"ת[53]. אבער דער ערוך השולחן שרייבט אז עס איז א גרייז און די כוונה איז אז נאך יעדן ברכה בלאזט מען תשר"ת תש"ת תר"ת[54]. און אין רוב פלעצער היינט פירט מען זיך אזוי, חוץ פון ביי די תימנים און ביי קהילות פון אשכנז וואס פירן זיך ווי דער רמב"ם, און א טייל פון די ספרדים וואס פירן זיך ווי עס שטייט בפשטות ביים צווייטן דעה אין שולחן ערוך, און ביי קהילת וויען אין ירושלים (און מעגליך ביי נאך פלעצער) פירט מען זיך ווי דער רבינו תם און דער רמ"א.
ביי די חסידים וואס דאווענען נוסח ספרד און ביי רוב קהילות פון די ספרדים פירט מען זיך צו בלאזן 30 קולות ביי שמונה עשרה, אזוי ווי מען בלאזט ביי חזרת הש"ץ. לויט דעם מנהג בלאזט מען 30 קולות פאר מוסף, 30 קולות ביים שטילן שמונה עשרה, און 30 קולות ביים חזרת הש"ץ. און מנהג אשכנז און איטאליע און אזוי פירן זיך די ספרדים פון מערב זייט פון אייראפע איז צו נישט בלאזן ביי שמונה עשרה.
אין רוב קהילות פירט מען זיך צו משלים זיין די נומער קולות צו הונדערט דורך דעם וואס מען בלאזט נאך חזרת הש"ץ (בדרך כלל אינמיטן קדיש) נאך 10, 40, אדער 60 קולות (לויט וויפיל מען בלאזט ביי מוסף). די נומער איז מכוון צו די נומער יבבות פון די מאמע פון סיסרא לויט ווי עס איז מקובל[55].
ביי די אידן פון ספרד און תימן פירט מען זיך צו בלאזן נאך דעם דאווענען א לאנגע תרועה וואס ווערט אנגערופן תרועה גדולה[56]. און מיט דעם בלאזן זיי 101 קולות. די חסידים פון חב"ד פירן זיך אז מען בלאזט נאך מוסף נאך 40 קולות אפילו זיי בלאזן אויך ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי 130 קולות. און די ספרדים פון מערב זייט פון אייראפע פירן זיך צו בלאזן נאך מוסף נאר 10 קולות אפילו זיי בלאזן נישט ביי שמונה עשרה, און צוזאמען בלאזן זיי נאר 71 קולות.
עס איז דא אן אלטן מנהג צו בלאזן 30 קולות פאר תפילת שחרית אן א ברכה. דער מנהג איז איינגעפירט ביי די תימנים, און אזוי האבן זיך געפירט די ספרדים וואס האבן געוואוינט אין ארץ ישראל, אבער די חכמי הקבלה האבן מבטל געווען דער מנהג און עס איז געבליבן נאר ביי די תימנים.
רוב אשכנזים פירן זיך אז ביי די לעצטע תקיעה נאך יעדע 30 תקיעות איז מען מאריך מער ווי א נארמאלער תקיעה. די תקיעה רופט מען אן תקיעה גדולה.
ברכת התקיעה
פארן בלאזן אין שופר מאכט מען די ברכה:
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעולָם, אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לִשְׁמוֹעַ קוֹל שׁוֹפָר.
ביי די ערשטע טאג פון ראש השנה (אדער ביים צווייטן טאג ווען דער ערשטן טאג קומט אויס שבת) לייגט מען צו אויך א שהחיינו. און ביים צווייטן טאג (ווען דער ערשטן טאג קומט נישט אויס ביי שבת), לויט דער שולחן ערוך מאכט מען נישט קיין שהחיינו[57] און לויט דער רמ"א מאכט מען יא[57]. אין די קהילות וואס קומען פון מערב זייט פון אשכנז פירט מען זיך ווי דער שולחן ערוך[58]. וויבאלד אז די ברכה איז אויך אויף די תקיעות פון מוסף, האבן די גאונים געשריבן אז מען טאר נישט אויסרעדן צווישן[59].
די מצוה איז צו בלאזן אדער צו הערן
בדרך כלל מאכט מען די מצוה דורך דעם וואס איינער בלאזט און אלע הערן. אבער עס איז דא א גרויסע שאלה וואס איז דער עיקר החיוב: צו בלאזן אדער צו הערן. דהיינו, צו אלע וואס הערן זענען יוצא ווייל די מצווה איז נאר צו הערן, אדער איז עס ווייל מדין שומע כעונה הייסט דאס כאילו זיי האבן אויך געבלאזן[60].
א נפקא מינא וואס קומט ארויס פון די שאלה (און די שאלה איז שוין געברענגט ביי די גאונים) איז וועלכע ברכה דארף מען מאכן - 'לשמוע קול שופר' אדער 'על תקיעת שופר'[61], און די אנגענומענע שיטה איז צו זאגן 'לשמוע קול שופר'[62]. אויך דער רמב"ם ברענגט ראיות אז די מצוה איז צו הערן, ווייל אויב האט ער געבלאזן און נישט געהערט האט ער נישט יוצא געווען[63] אבער עס איז דא אחרונים וואס ברענגען ראיות אז די מצוה איז אויך צו בלאזן[64] און אזוי ווי מען זאגט ביי שופרות "שומע קול תרועת עמו ישראל".
די סיבה וואס מען זאגט 'לשמוע קול שופר' און נישט 'על שמיעת קול שופר' איז ווייל הערן קען מען נישט יוצא זיין מיט א שליח[65].
ווער איז מחויב אין די מצוה
יעדער מענטש פון כלל ישראל איז מחויב אין די מצוה חוץ פון ווייבער און א חרש שוטה וקטן, אבער אנדערש פון אלע פלעצער אין חז"ל וואס א חרש הייסט איינער וואס סיי קען נישט הערן און סיי קען נישט רעדן, דא אפילו איינער וואס קען נאר נישט הערן איז אויך נישט חייב און קען נישט מוציא זיין אנדערע[66].
פרויען
אין גמרא איז דא א מחלוקת אויב פרויען מעגן בלאזן[67]. און תוספות שרייבט אז להלכה מעגן פרויען בלאזן און אויך בענטשן "אשר קדשנו במצוותיו וצונו". און אזוי האבן גע'פסק'נט די פוסקים פון אשכנז, אבער דער שאגת אריה שרייבט[68] אז נישט אלע ראשונים האלטן אזוי און עס איז בעסער אז א מאן זאל בלאזן און זיי מוציא זיין.
אבער דער שולחן ערוך שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ט, סעיף ו' שרייבט אז פרויען קענען בלאזן אבער זיי קענען נישט מאכן די ברכה, און אזוי פירן זיך די ספרדים:
אף על פי שנשים פטורות, יכולות לתקוע; וכן אחר שיצא כבר, יכול לתקוע להוציאן, אבל אין מברכות ולא יברכו להן.
אין אסאך שולן איז דא אן עקסטערע צייט וואס דעמאלט בלאזט מען פאר די פרויען.
רעפערענצן
- ↑ במדבר כט, א
- ↑ ויקרא כג, כד
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק א', הלכה א' און אזוי שרייבט דער רס"ג אין זיין סידור דף ריז און תוספות, ראש השנה לב, ב, ד"ה של יעל
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ו, סעיף א'.
- ↑ על פי וואס רבי אבהו זאגט אין ראש השנה טז, א.
- ↑ במדבר כט, ויקרא כג וכה
- ↑ ויקרא כה, ט
- ↑ ראש השנה לג, ב-לד.
- ↑ רש"י, ראש השנה לג, ד"ה שלש יבבות
- ↑ רב סעדיה גאון אין זיין סידור, דער רמב"ם און דער מגדל עוז.
- ↑ כדעת ריב"א בתוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור תרועה
- ↑ זיין תשובה ווערט געברענגט אין ספר תמים דעים לראב"ד סימן קי"ט, און אין קורצן ביי רבינו חננאל לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה לד, א
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה ב'
- ↑ ראש השנה לד, א
- ↑ משנה, ראש השנה ג, ז
- ↑ ראש השנה כח, ב וכן נפסק בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ט, סעיף ח'
- ↑ משנה, ראש השנה ג, ח
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תקפ"ה
- ↑ מהרי"ל הלכות שופר סימן ג'
- ↑ כלבו סימן סד
- ↑ משנה ברורה, סימן תקפ"ה, סעיף קטן ג'
- ↑ רמ"א בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ה, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה כח, א לויט דער רמב"ן און דער ר"ן און די ערשטע שיטה אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ז. און לויט דער תוספות הרא"ש און די צווייטע דעה אין שלחן ערוך איז ער יא יוצא אויב עס איז געווען כשיעור תקיעה
- ↑ ר"ן על הרי"ף דף ז עמוד א אין נאמען פון רב האי גאון
- ↑ ראש השנה כז, ב
- ↑ ראש השנה כח, א
- ↑ ראש השנה כז, ב; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ו, סעיף ו'
- ↑ תוספות, ראש השנה כז, ב, ד"ה ניקב שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ו, סעיף ז'
- ↑ רש"י, ראש השנה לג, ב, ד"ה שלש יבבות
- ↑ תוספות שם ד"ה שיעור תרועה
- ↑ הרב דוד קולדצקי, שונה הלכות תורת המועדים עמוד רצה, הרב שמעון בוקסר, שופרא דשופר פרק טו.
- ↑ תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור. לויט דער רמב"ן (אין זיין דרשה אויף ראש השנה) און דער ריטב"א (ראש השנה דף לג עמוד ב) איז דא אויך א חילוק אין דער סארט שבר וואס עס צוברעכט זיך אזוי ווי א קרעכץ (או-טו, או טו-או-טו), און אזוי פירן זיך קהילות רוסלאנד און ליטע. דער מהרי"ל דיסקין האט נאך מחמיר געווען, אז די 'תקיעה' זאל זיין גלאט און גלייך אן קיין שום 'שבירה'.
- ↑ תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור, שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"צ, סעיף ג'
- ↑ תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור
- ↑ רמב"ן ר"ן און רא"ש אבער אביסל א הפסק דארף מען יא מאכן. בית יוסף על פי חולין כו, ב
- ↑ רש"י, סוכה נג, ב, ד"ה ולא כלום און דער מגיד משנה לויט דער משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה ב'
- ↑ תשובת רבינו תם עס ווערט געברענגט אין ראבי"ה סימן תקמ"ב און אין מרדכי ראש השנה רמז תש"כ און אין תרומת הדשן סימן קמ"ב
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"צ, סעיף ד'
- ↑ לויט דער מגן אברהם תק"צ ס"ק י'
- ↑ ראש השנה לד, ב ר"ן אין נאמען פון דער רמב"ן און דער רא"ש פרק ד סימן יא
- ↑ תוספות, פסחים קטו, א, ד"ה מתקיף
- ↑ משנה, ראש השנה ד, ז
- ↑ רש"י, ראש השנה לב, ב, ד"ה בשעת השמד
- ↑ ריטב"א ראש השנה דף לב עמוד ב
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק ד', הלכה ח' מדרש פסיקתא רבתי פיסקא מ
- ↑ ראש השנה טז, ב
- ↑ רש"י דארטן
- ↑ ספר הערוך וואס ווערט געברענגט אין תוספות
- ↑ בבא בתרא טז, א
- ↑ ר"ן על הרי"ף דף ג עמוד א מדפי הרי"ף
- ↑ תוספות, ראש השנה טז, ב, ד"ה ותוקעים
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה י'
- ↑ 53.0 53.1 53.2 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקצ"ב, סעיף א'
- ↑ הרב יחיאל מיכל הלוי אפשטיין, ערוך השלחן, אורח חיים תקצ"ב, סעיף ג'
- ↑ הערוך ערך ערב, עס ווערט געבריינגט אין טור אורח חיים סימן תקצ"ב.
- ↑ סדר רב עמרם גאון עס ווערט געברענגט אין תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור תרועה
- ↑ 57.0 57.1 שו"ע או"ח תר.
- ↑ מנהגי בית הכנסת לבני אשכנז לשנת תש"ף, אין ירושתנו יא, עמ' 7.
- ↑ רא"ש פרק ד סימן יב שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקצ"ב, סעיף ג'
- ↑ הערן מוז מען לויט אלעמען, ווייל אויב האט ער געבלאזן אין א בור און ער האט נישט געהערט האט ער נישט יוצא געווען. רא"ש
- ↑ דעת רבנו תם איז געברענגט אין רא"ש ראש השנה פרק ד סימן י' און תוספות רא"ש ראש השנה דף לב עמוד א ומנהג צרפת הקדום
- ↑ אוצר הגאונים ראש השנה סימנים קא-קד וקיא, בה"ג, משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה י' ומשנה תורה לרמב"ם, ספר אהבה, הלכות ברכות, פרק י"א, הלכה י"ד רא"ש על פי דער ירושלמי וואס איז געבריינגט אין ראבי"ה
- ↑ שו"ת פאר הדור, סימן נא
- ↑ שאגת אריה סימן ו
- ↑ רא"ש פסחים פרק א סימן י. און אזוי איז גע'פסק'נט אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ה, סעיף ב'
- ↑ מוסטער:שו"ע.
- ↑ ראש השנה לג, א.
- ↑ שאגת אריה, סימן קד