מוסטער:אין די נייעס
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
- רוסלאנד לייגט נאר נארוועגיע צו איר ליסטע פון "אומפריינטליכע לענדער" נאכדעם וואס נארוועגיע האט פריער דאס יאר ארויסגעווארפן 15 רוסישע דיפלאמאטן.
- די מעגא מיליאנס לאטערי איז געשטיגן צו א געשאצטע 1.25 ביליאן דאלאר. די קומענדיגע אויסציאונג וואס גייט פארקומען פרייטאג ביינאכט איז די פערט-גרעסטע אין די לאטערי היסטאריע.
- הויפט קרעדיט שאַצונג אגענטור פיטש האט גענידערט די פאראייניגטע שטאטן'ס באנד קרעדיט ראטע פון AAA צו AA+, ציטירנדיג א "צעפאלונג פון גאַווערנאַנץ" ארויסגעוויזן אין די לאנד'ס חובות דאך אימפּאַס.
- אין ניזשער איז פארגעקומען אן איבערקערעניש, אין וועלכע ניזשער'ס פרעזידענטליכע גוואַרדיע האט פאַרהאַלטן פרעזידענט מוחאמעד באַזום, און דער פרעזידענטליכע גווארדיע קאמאנדיר גענעראל האט זיך פראקלאמירט אלס פירער פון א נייע מיליטערישע כונטא. פרעזידענטליכע גווארדיע קרעפטן האבן פארמאכט די גרעניצן פון לאנד, סוספענדירט סטעיט אינסטיטוציעס און דערקלערט א קורפיו.
- געוועזענער פרעמיער מיניסטער פון טיילאנד, טאקסין שינאוואטרא (אין בילד), מעלדט א צוריקקער צו טיילאנד נאך 15 יאר פון גלות.
- די כנסת שטימט מיט 64–0, נאך וואס די 56-מיטגלידער אפאזיציע באיקאטירן, צו באשטעטיגן א געזעץ וואס פארמיידט דעם בג"ץ פון איבערדרייען רעגירונג באשלוסן אויפ'ן באזיס פון "שכל'דיגקייט".
די אינפארמאציע אונטן איז אריבערגעשלאסן פון קיין דאקומענטאציע בלאט.
קיין דאקומענטאַציע בלאט פאר דעם מוסטער.