רוי:עליזאבעט פון בייערן
פרינצעסין אליזאבעט פון בייערן (דייטשיש: Elisabeth Amalie Eugenie, Herzogin in Bayern) אדער סיסי (24 דעצעמבער 1837 - 10 סעפטעמבער 1898) איז געווען די פרינצעסין פון בייערן פון דער וויטלסבאכער דינאסטיע, און די ווייב און שוועסטער-קינד פונעם עסטרייכישן קייזער פראנץ יאזעף.
לעבנס געשיכטע
עליזאבעט איז געבוירן געווארן אין יאר 1837, אין מינכן צו איר פאטער מאקסימיליאן יאזעף, דער הערצאג פון בייערן, און צו איר מוטער לודאוויקא, די פרינצעסין פון בייערן, וועלכע איז געווען א טאכטער פון מאקסימיליאן דער ערשטער יאזעף קעניג פון בייערן, און קאראלינא פון באדן. זייט אירע קינדערישע יארן, האט מען איר גערופן "סיסי". איר מומע, וואס איז געווען איר מאמע'ס שוועסטער, די ערצהערצאגין סאפי, האט געהייראט פראנץ קארל, דער ערצהערצאג פון עסטרייך, וועלכער איז געווען אן ערצהערצאג פון דעם האפסבורגער הויז און איז געווען די מוטער פונעם עסטרייכישן קייזער פראנץ יאזעף. אנהייב, סיסי'ס מוטער און איר מומע סאפי, האבן פלאנירט צו פארהייראטן איר עלטערע שוועסטער מיטן קייזער, אבער ער האט זיך פארליבט אין סיסי אנשטאט איר, טראץ דעם גרויסן ענטוישונג פון עטליכע משפחה מיטגלידער. צום ערשטן מאל האבן זיי זיך געטראפן אין באד אישל אין 1853, און די הייראט צערעמאניע איז געפייערט געווארן אין וויען, אין יאר 1854.
א שטיק צייט נאך דער חתונה, האט סיסי זיך אנגעהויבן צו באגעגענען מיט פארשידענע שוועריגקייטן אין איר הייראטונג-לעבן, און וויבאלד זי איז געווען א פערזענליכקייט וואס האט ליב געהאט זעלבסשטענדיגקייט און פרייהייט, האט זי פארשטאנען אז אייגענטליך ס'איז אוממעגליך פאר איר זיך צוגעוואוינען צו די צימליך שווערע תקנות פונעם הויף, און רוב פון דער צייט האט זי פארברענגט ביים זיך באשעפטיגן מיט ספארט איבונגען, און רייטן אויף פערדן. מער ווי אלעס, ס'איז האט איר נישט געפעלט אז פרעמדע מענטשן מישן זיך אריין אין דער דערציאונג פון אירע אייגענע קינדער, און זייער אפט פלעגט זי זיך שלאגן מיט איר שוויגער דעריבער. ווען איר זון רודאלף איז אריבערגעפירט געווארן שוין אלס קליין קינד צו דער מיליטערישער אקאדעמיע, האט זי זיך שטארק אויפגערעגט און געפאדערט פונעם קייזער אים ארויסצונעמען פון דארט שנעל ווי מעגליך וויבאלד די תקנות דארט זענען געווען צו שטרענג, און דאס קינד האט קוים געקענט דאס אויסהאלטן.
אנפאנג, סיסי און דער קייזער האבן געהאט צוויי טעכטער. די ערשטע פון זיי - "סאפי", איז געשטארבן א פאר יאר נאכן געבורט, און אין 1858, ס'איז זיי געבוירן זייער איינציגער זון, רודאלף.
סיסי איז געווען גאר באליבט ביי דעם עסטרייכישן פאלק צוליב איר שארם און באשיידענקייט, אבער אין איר פריוואטע לעבן איז נישט געווען קיין פארבעסערונג, און זי האט אנגעהויבן צו וואוינען באזונדער און ווייט פון איר מאן דער קייזער, אין פארשידענע פלעצער אין אייראפע אזוי ווי ווענעציע און אין דער אינזל קארפו, וואו זי האט אויפגעבויט א פאלאץ פאר זיך. זי פלעגט רעדן מיט איר מאן הויפטזעכלעך דורך בריוון, און נאר טיילמאל פלעגט זי אהיים קומען צום קייזער'ס פאלאץ.
אין די זעכציגער יארן פונעם 19טן יארהונדערט האט זיך סיסי פארעכנט פאר דער שענסטער קעניגליכער פרוי אין דער גאנצער וועלט. אין יענער צייט, האט סיסי זיך אנגעהויבן צו אינטערעסירן אין אונגארן, וואס איז געווען דעמאלטס אונטער דער הערשאפט פון עסטרייך. זי איז געווען זייער שטארק קעגן די אונטערדריקונג שריטן וועלכע זענען געניצט געווארן קעגן דעם אונגארישן פאלק, זי האט אויסגעלערנט די אונגארישע שפראך, און צוליב דעם האט זי זוכה געווען צו דער באווונדערונג און גלאריפיצירונג פונעם אונגארישן פאלק. אלס "רוף-דאמע" (א פרוי וואס באגלייט די קייזערין א גאנצן טאג), האט זי אנגענומען א פרוי פון אן אונגארישן אפשטאם, טראצדעם אז איר שוויגער איז געווען גאר שטארק קעגן דעם, און האט פראבירט איר אפצורעדן פון דעם. א דאנק איר השתדלות האט מען געטראפן א לייזונג צו אלע אנגעלעגנהייטן, און צולעצט האט איר השתדלות געפירט צו דער גרינדונג פון דער בשותפות'דיגער עסטרייך-אונגארישער אימפעריע. אין יאר 1867 זענען דער קייזער פראנץ יאזעף מיט זיין ווייב עליזאבעט, באקרוינט געווארן אלס קעניג און קעניגן פון דער עסטרייך-אונגארישער אימפעריע, און סיסי האט באקומען דעם טיטול "קייזערין פון עסטרייך און קעניגן פון אונגארן".
סיסי האט נישט געשענקט גענוג אויפמערקזאמקייט און ליבשאפט פאר איר זון דער קרוין-פרינץ רודאלף, און אין יאר 1889 ווען איז ער געווען 31 יאר אלט, האט ער זיך גענומען דאס לעבן צוזאמען מיט זיין חבר'תע מארי וועטערסא אין דעם שטעטל מאייערלינג. וויבאלד אין יענער צייט, סיסי און איר מאן דער קייזער האבן נישט געהאט קיין אנדערע קינדער, האט מען באשטימט דעם קייזער'ס פלימעניק, פראנץ פערדינאנד קרוין-פרינץ. סיסי האט פארגעזעצט זיך ארומוואנדערן אין דער וועלט, טראץ די בענקענישן פונעם קייזער, און טראץ דעם וואונטש פון די וויענער איונוואוינערס איר זעהן אינדערהיים. פראנץ פערדינאנד האט נישט זוכה געווען איבעצונעמען דעם טראן פונעם קייזער, וויבאלד ער איז אומגעקומען אין יאר 1914 אין אן אטענטאט אין סאראיעווא, און דאס איז געווען די געשעעניש וואס האט געפירט צו דער עפענונג פון דער ערשטער וועלט קריג.
דער אטענטאט
אין עלטער פון איין און זעכציג יאר, ווען סיסי האט געוויילט אין א האטעל אין זשענעווא, איז זי ארויסגעקומען פון דעם האטעל און האט אנגעהויבן צו שפאנען אינדרויסן אויפן גאס, איז זי געשטאכן געווארן דורך אן איטאליענישן אנארכיסט. אנהייב האט דער איטאליענישער מערדער געוואלט הרג'ענען אן אנדערן איטאליענישן אריסטאקראט, אבער וויבאלד דער אריסטאקראט וואס איז געווען זיין ערשטע "ציל" איז נישט ערשינען, האט ער באשלאסן צו שטעכן סיסי צוליב דעם פאקט אז זי איז אויכעט געווען פון א קעניגליכן הויז. א שעה נאכדעם וואס סיסי איז געשטאכן געווארן, איז זי געשטארבן פון אירע שווערע וואונדן. דער טויט פונעם קייזערין האט שטארק אויפגעטרייסלט עסטרייך, און מאסן האבן זיך באטייליגט ביי דער לוויה. זי איז באגראבן געווארן אין וויען, לעבן אנדערע מיטגלידער פון דער האפסבורגער דינאסטיע.
קינדער
סיסי און איר מאן דער קייזער פראנץ יאזעף האבן געהאט 4 קינדער צוזאמען. זיי זענען ווי פאלגנד:
- סאפיע, ערצהערצאגין פון עסטרייך (1855–1857)
- גיזעלא, ערצהערצאגין פון עסטרייך (1856–1932)
- רודאלף, דער עסטרייכישער קרוין-פרינץ (1858–1889)
- מאריא וואלעריא, ערצהערצאגין פון עסטרייך (1868–1924)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!