געטא
א געטא באצייכנט א געגנט אינערהאלב א שטאט וואו אידן זענען באגרעניצט צו וואוינען, איבערהויפט צוליב רעגירונג'ס צוימונגען, אדער צוליב פאליטישע, סאציאלע, לעגאלע, און עקאנאמישע אפגעזונדערקייט. דער טערמין שטאמט פון די ווענעציער געטא, וואו אידן זענען געווארן געצוואונגען צו וואוינען אין 1516, אפגעטיילט פון די איבריגע שטאט. דורכאויס די האלאקאוסט האבן די נאציס געשאפן איבער 1,000 געטאס צו פלאצירן די אידן פון אייראפע, מיט'ן ציל זיי צו אויסניצן און פארטיליגן אלס טייל פון די "ענדגילטיגע לעזונג". היינט איז דער טערמין פארברייטערט און ווערט געניצט פאר סיי וועלכע - געווענליך ארעמע - געגנט וואס איז אויסשליסליך באזעצט דורך א מינאריטעט גרופע.
עטימאלאגיע
דאס ווארט געטא שטאמט פון די אידישע געטא אין קאנארעזשאו, ווענעציע. אין 1899 איז דער טערמין שוין געווען פארשפרייט און באניצט פאר אנדערע צעשטופטע קווארטלען, אויך פון אנדערע מינאריטעט גרופעס. עס קומט ווארשיינליך פון איטאליענישן "ghèto", א 'מעטאל פאבריק', וויבאלד אזא פאבריק איז געווען פלאצירט נעבן די ווענעציער געטא, דאך איז נישט זיכער די עטימאלאגיע פונעם ווארט, און פארשידענע טעאריעס זענען פארהאן איבער די מקור פונעם טערמין[1]: פון לשה"ק'דיגן "גט", אנדייטנדיג די אפגעזונדערקייט; פון אידיש - "גאס", ווי די געטאס זענען אפט גערופן געווארן "די אידישע גאס"; פון דייטשע "gehacktes" (אפגעהאקט); פון איטאליענישן "borghetto" (קליינע אפטיילונג פון א שטאט); פון אלט-פראנצויזישן "guect" (שומר).
היסטאריע ביז'ן האלאקאוסט
אייראפע
- ↑ ghetto (n.), אויף Online Etymology Dictionary