רוי:רבי ירחמיאל משה האפשטיין
געבורט |
י' אלול תר"ך גראדזשיסק | ||
---|---|---|---|
פטירה |
י"ג אלול תרס"ט קשאנאוו | ||
מקום קבורה | קאזשניץ | ||
טעטיגקייט אָרט | קאזשניץ | ||
דינאסטיע | קאזשניץ | ||
קינדער |
אהרן יחיאל | ||
|
רבי ירחמיאל משה האפשטיין (י' אלול ה'תר"ך - י"ג אלול ה'תרס"ט), איז געווען דער זעקסטער קאזשניצער רבי.
אפשטאם
ירחמיאל משה איז געבוירן י' אלול תר"ך אין גראדזשיסק, פוילן, צו זיין פאטער רבי יחיאל יעקב האפשטיין, קאזשניצער רבי, זון פון רבי אלעזר האפשטיין, קאזשניצער רבי, זון פון רבי משה אליקים בריעה האפשטיין, קאזשניצער רבי, זון פונעם קאזשניצער מגיד, און צו זיין מוטער, שרה דבורה שפירא, א טאכטער פון רבי אלימלך שפירא, דער גראדזשיסקער רבי. ר"ח תמוז תרכ"ו איז ער פאר'יתומט פון זיין פאטער יונגערהייט, און זיין מוטער האט חתונה געהאט בזיווג שני צו רבי אשר פערלאוו פון סטאלין. ירחמיאל איז געהאדעוועט געווארן אין שטיב פון רבי אשר'ס פאטער, דער בית אהרן.
גאנץ יונג, אין תרל"ב איז ער געווארן א חתן מיט ברכה צפורה מירל, די טאכטער פון מרדכי טווערסקי פון לאיעוו. י"ז סיון תרל"ב איז דער "בית אהרן" נפטר געווארן, און אין תרל"ג איז רבי אשר נסתלק געווען, איז די חתונה אפגעשטופט געווארן ביז תרל"ד.
רבנות
אין תרמ"ד, ביי דער עלטער פון 24, איז רבי ירחמיאל משה צוריק קיין קאזשניץ, וואו מען האט אים אויפגענומען אלס אב"ד, און ער האט אנגעהויבן פירן די רעביסטעווע.
ער האט געפירט אסאך זאכן קארלינער מנהגים, וואס ער געזען ביי זיין שטיף־פאטער און שטיף־זיידע. ער האט גע'ירשנט דעם בית אהרן'ס קלארינעט און ער האט אויך געשפילט דעם פידל. ער איז געווען באהאוונט אין אסטראנאמיע, בפרט אין ענינים פון תקופות און מולדות.
ער איז נפטר געווארן י"א אלול תרס"ט, און ער ליגט אין קאזשניץ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!