רוי:רבי אליעזר זאב האגער
רבי אליעזר זאב האגער (געב' כ"ג חשוון ה'תשי"ז), איז דער וויזשניצער רבי פון ירושלים, און א לאנגיעריגער מעדיצינישער עסקן.
לעבענסגעשיכטע און טעטיגקייט
רבי אליעזר זאב איז געבוירן געווארן אין פאראייניגטע שטאטן, צו זיין פאטער רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי.
ער האט געהייראט מרת דבורה, טאכטער פון רבי דוד טווערסקי, דער געוועזענער סקווערער רבי פון בארא פארק.
אין אויפטראג פון זיין פאטער איז ער געשיקט געווארן קיין ירושלים צו דינען אלס רב פון דער ארטיגער קהילה פון די מאנסי-וויזשניצער חסידים. דער רבי האט יענע יארן אנגעקניפט נאענטע באציאונגען אין שטוב פון דער ירושלימער רב, רבי משה אריה פריינד, ווי אויך מיט דעם תולדות אברהם יצחק רבי, רבי שמואל יעקב קאהן, נאך איידער ער איז געווארן א רבי.
שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין אמעריקע וואו ער אין א געוויסן זון איבערגענומען זיין שווער מיטן קונה זיין א שם פון א מעדיצינישער עסקן, וואס האט פארבינדונגען מיט די גרעסטע דאקטוירים. דער רבי פארברענגט א סאך אין דעם מאונט סיני שפיטאל וואו ער העלפט ארויס טויזנטער חולי ישראל.
נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער געקרוינט געווארן אלס דער וויזשניץ ירושלימ'ער רבי, דער רבי פארט כסדר קיין ירושלים, אבער איבערן יאר איז דער רבי מער ווייניגער אין בארא פארק, וואו ער דאווענט אין דער שוהל אויף דער 42סטער גאס.
קינדער
- הרב יצחק (איצי), האט געהייראט מרת שפרה מלכה, טאכטער פון רבי שמואל דוד קרויז, אב"ד אודווארי.
- מרת ציפורה, ווייב פון הרב יעקב דוד ראבינאוויטש, זון פון ביאלע-פשיסחא רבי.
- מרת שיינא פערל, ווייב פון הרב אלעזר שטיין, זון פון אב"ד פאלטיטשאן.
- הרב חיים מאיר, האט געהייראט מרת רייזל, טאכטער פון רבי משולם זלמן לייפער, טעמעשווארער רבי פון בארא פארק.
- הרב יעקב יוסף, האט געהייראט מרת פייגא רייזל, טאכטער פון רבי משה שנעעבאלג, טשערנאוויצער רבי, און זון פון מענדיל שנעעבאלג, גאב"ד מאנטשעסטער.
- מרת מרגליא, ווייב פון הרב ישראל מאסקאוויטש, זון פון רבי יצחק יחיאל מיכל, רב פון דער שאצער קהילה אין מאנסי, און איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, פון וויזשניץ מאנסי.
- מרת רבקה נעכא, ווייב פון הרב יוחנן טווערסקי, זון פון רבי נחמן יוסף, זון פון רבי מנחם נחום, זון פון יוחנטשע פון רחמיסטריווקא ירושלים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!