רוי:רבי אלטער אליעזר הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 21:04, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אלטער אליעזר הורוויץ זצ"ל (תר"ל - כ"ט חשוון תש"ג) איז געווען א חסידישער רב אין ריגליץ, גאליציע.

אפשטאם

רבי אלטער איז געבוירן אין יאר תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער רבי אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון ישראל, רב אין בארניוו, א זון פון רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון דער ראפשיצער רב, און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מרדכי צבי הירש וויינבערגער פון דוקלא. ער איז געווארן אן איידעם ביי רבי משה אן אייניקל פונעם מאור ושמש.

רבנות

אין יאר תרס"ט ווען זיין פאטער איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל האט זיך אויסגעבראכן א קריגעריי אויף דעם בארניווער רבנות, צווישן רבי אלטער און זיין ברודער איטשעלע, אין דער ענדע האבן זיי זיך פארגליכן און דער ברודער האט באצאלט פאר רבי אלטער זיבן קראנען א מאנאט ער זאל זיך ציען קיין ריגליץ, און איבערנעמען דאס רבנות דארט. שפעטער איז רבי אלטער געווארן רב אין סטאשאוו, פוילן.

הסתלקות

רבי אלטער איז אומגעקומען אויף קידוש השם ביים חורבן אייראפע אין תש"ג, זיין יארצייט ווערט געהאלטן כ"ט חשוון.

פאמיליע

רבי אלטער האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל יוסף הורוויץ (תר"ן (אומגעפער) - י"ז מנחם אב תשכ"ח), ריגליצער רב, ער האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, דער סטוטשינער רב.
  • הרב רפאל הורוויץ (תרנ"ו - י' כסלו תשל"א), קאלאמייער רבי פון בארא פארק, ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת.
  • די ווייב פון הרב שלום רוקח, פון סקאהל.
  • מרת יוכבד הי"ד, די ווייב פון הרב ירוחם דאכנער, פון בריגעל.
  • די ווייב פון הרב משה הורוויץ פון פשעצלאוו א אייניקל פון הרב אברהם חיים הורוויץ, רב אין פלאנטש.
  • מרת פעלא, די ווייב פן הרב יואל הערשבערג פון קראקא.
  • מרת ביילא די ווייב פון הרב משה ריינמאן א זון פון הרב חיים ריינמאן פון נאראל.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!