רוי:האן דינאסטיע

פון המכלול
ווערסיע פון 07:21, 24 מערץ 2015 דורך YI>Dexbot (Removing Link GA template (handled by wikidata))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די האַן דינאַסטיע (כינעזיש: 漢朝; פין יין: Hàn Cháo; ‏[xân tʂʰɑ̌ʊ̯]) איז געווען די צווייטע כינעזישע אימפערישע דינאסטיע, וואס האט געהערשט אין כינע צווישן די יארן 206- און 220, נאך דער טשין דינאסטיע. אין איר צייט איז קאנפוציאניזם געווארן די רעליגיע פון כינע.

אונטער דער הערשאפט פון דער האן דינאסטיע איז שטארק אנטוויקלט געווארן קונסט און וויסנשאפט. די צייט פון דער האן דינאסטיע ווערט פאררעכנט די גאלדענע תקופה אין דער כינעזישער געשיכטע. אין דער תקופה איז אויפגעשטעלט דער זיידענער וועג, דורך וואס כינע האט געפירט האנדל מיט די מיטלענדישע לענדער.

דער ערשטער קייסער פון דער דינאסטיע איז געווען ליו באנג, וואס האט געהאט דעם נאמען "קייסער גאַא".