רוי:יאשיהו
יאשיהו דער זון פון אמון מיט יְדִידָה בת-עדיה איז געווען דער 16סטער קעניג אויף מלכות יהודה אין פארלויף פון 31 יאר אין ירושלים צווישן די יארן ג'קכ"א צו ג'קנ"א. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען בלויז 8 יאר אלט, נאך וואס זיין טאטע "אמון" איז געמארדעט געווארן.
אין ספר מלכים ב' (פרק כ"ב) שטייט אז איז יאשיהו געווען וואויל ווי זיין שטאמבוים דוד המלך, וְכָמֹהוּ לֹא-הָיָה לְפָנָיו מֶלֶךְ, אֲשֶׁר-שָׁב אֶל-ה' בְּכָל-לְבָבוֹ וּבְכָל-נַפְשׁוֹ וּבְכָל-מְאֹדוֹ כְּכֹל, תּוֹרַת מֹשֶׁה; וְאַחֲרָיו, לֹא-קָם כָּמֹהוּ. ספר מלכים ב' פרק כ"ג .
פון זיינע אקטן (אין יאר ג'קל"ח):
- ער האט איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש און נישט אין צעשפרייטע מזבחות.
- ער האט אויפגערוימט געטשעס:
- ער האט גערוימט אלע געטשעס פון ירושלים און פון בית המקדש וואס מנשה דער פריעריגער קעניג און אחז האבן איינגעפירט,
- ער האט צובראכן פריעריגע געטשעס פון די צייטן פון שלמה המלך.
- ער האט אויפגערוימט געטשעס אין מלכות ישראל אין בית אל און אין שומרון וואס ירבעם בן נבט האט איינגעפירט.
- ער האט צונויפגענומען אלע כהנים פון די צעשפרייטע מזבחות אין ירושלים און זיי געשטראפט צו נישט מער דינען גאט אין בית המקדש.
- ער האט געהרגעט די כהנים פון די געטשקעס פון מלכי ישראל.
יאשיהו איז געמארדעט געווארן (ג'קנ"א) אין מגידו דורך פרעה דער קעניג פון מצרים ווען יאשיהו איז ארויס קעגן פרעה צו אים אפהאלטן פון ארויס גיין מלחמה קעגן אשור. לויט ווי עס שטייט אין ספר דברי הימים האט יאשיהו אומגעקומען אלץ א שטראף וואס ער איז ארויס מלחמה אנע גאטס באשטעדיגונג.
נאך זיין שטארבן, האבן זיינע קנעכט אים אריבערגעפירט צו באגראבן אין ירושלים, און האבן באקרוינט און געאוילט זיין זון יהואחז אלץ מלך.
- ליינט מער: ספר מלכים ב' (פרק כ"ב)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!